מוזיקאלישע קלאנגען אין אויער קאנאל,
מלאכים פירן די נאטן צום אויער פויק,
אירע געזאנגן קלאפן ביזן הארץ,
שוידערט אויף אירע רויטע סטרונעס,
די שדרה ווי די רוקן פונעם הארפ,
א קיצל פון דערהויבנקייט און פרידן,
דער ליד אזוי קלאר און ווארעם,
די אהבה אזוי שטארק און טיף,
די געדאנקן ברייט און אפן,
די געפילן הויעך און ליכטיג,
די אינטסרעמונטען די אטמאספער,
אן פלאץ אן צייט אן נפש,
די גן עדן וואס מ'קען נישט טאפן,
די שפיר וואס מ'ווערט מיט איר איינס,
די שמחה פון איר רושם,
די טעם פון איר אנוועזנהייט,
די מחשבות זי באשאפט,
די מחשבות זי ערוועקט,
די מחשבות זי פארטרייבט,
די האפענונג זי געבוירט,
זי פליסט אין די אדערן אינעם מאמענט,
זי ארבייט איבער די צעלן,
איינס מיט אירע לידער,
זי איז די שפייז פונעם זעהל.
מוזיקאלישע קלאנגען
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מוזיקאלישע קלאנגען
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.