בלאט 1 פון 6

ברוכים הבאים צו דער "פה-סח" רעדאקציע!

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:39 pm
דורך כוכב
מיט כבוד, עהרע און געזאנג צום אלמעכטיגן טוען מיר עפענען די טויערן צו דער רעדאקציע פון "פה-סח", אונטער'ן סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! די קאווע שטיבל אויסגאבע צום בעפארשטייענדן חג הגאולה שנת תשע"ה.
פאלגנד זענען די יעצטיגע פלענער און שטאטוטן פון דעם קאמפיין:

א) דער ציל איז אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגער מאגאזין מיט רייכע רובריקן און קאלומס וואס וועט ארויסגעשטעלט ווערן אין א ווירטואלן פארמאט לכבוד יו"ט.

ב) וויכטיגע באמערקונג: דאס איז אן ערשטמאליגער פראיעקט און פאדערט זיך דער קאלעקטיווער צוזאמענארבעט פון דעם גאנצן ציבור. אן דער מיטארבעט פון כל יחיד ויחיד פון אונזערע חברים מקשיבים, יעדער לויט זיינע געבענטשטע יכולת, איז נישטא קיין שום גאראנטי פאר סוקסעס. ביטע דאס נישט נעמען לייכט.

ג) די מערכת נעמט אן ארטיקלען פון היינט און ווייטער. אויב וועט זיך אויספעלן צו רעדאגירן אן ארטיקל קען דער מחבר פארלאנגען אז זיין ארטיקל זאל צוריקגעשיקט ווערן פאר באשטעטיגונג.

ד) צו האלטן די קוואליטעט די העכסטע שייך קען מען זיך נישט מתחייב זיין אריינצושטעלן אלע ארטיקלען וואס וועלן אריינגעשיקט ווערן. די אלע ארטיקלען וואס וועלן אפגעזאגט ווערן וועלן באלד ארויסגעשטעלט ווערן אין שטיבל אונטער'ן "פה-סח" קאמפיין טעמע.

ה) די אויסגאבע איז געווידמעט פאר פרישע חומר. אן ארטיקל וואס ערשיינט אויפ'ן נעץ בעפאר דעם מאגאזין וועט אויטאמאטיש ארויספאלן

ו) דער ציל איז אהערצושטעלן א רייכע אויסוואלן פון ארטיקלען איבער א רייע אינטעלעקטועלע נושאים ווי יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר און פעליטאן, היסטאריע און אנשי שם, און נאך.
צוליב וואס דער מאגאזין צילט צו אפעלירן צו א ברייטערן אלגעמיינעם ציבור און בכדי צו האלטן דעם ניווא פון דעם מאגאזין הויך און זעלבסטצייטיג שווה לכל נפש, ווערן אומקריעטיווע אנטי-סיסטעם סענטימענטן, רענטס און עקסטרעם קאנטרעווערסיאלע העמק-דבר ארטיקלען נישט בעפארציגט. א דאנק פאר אייער פארשטענדעניש.

ז) דער נאמען פון דער אויסגאבע וועט זיין "פה-סח", וואס קען נישט זיין מער פאסיג לכבוד דעם חג החירות וואס -- ווי ערווענט אין קלאסישע ספרי דרוש ואגדה – איז דער דיבור ארויס פון גלות און איז די פאסיגע טעמע פאר אונזער ציל, צו געבן דאס פרייהייט פונעם ערליכן חרדישן און אינטעלעקטועלן ווארט פאר די וואס קענען דאס ליידער נישט געפינען ערגעץ אנדערש.

ח) מיר האבן מיט אונז א פראפעסיאנאלער גראפיקער הלוא הוא ידידינו עוז אונזער נייער ידיד [tag]מה הוא[/tag] וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן אלע גראפיקס אנגעלעגנהייטן. ברם, צוליב די אנגעצויגענע ערב פסח צייט האט דער גראפיסט געבעטן אז מ'זאל אים געבן מינימום א וואך צייט צוצושטעלן די ארבעט. דעריבער בעטן מיר פון אלע חשוב'ע שרייבער אריינצושיקן אייערע מאטעריאל ווי אמשנעלסטנס. לייגט דאס נישט אפ אויף דער לעצטער מינוט, ויפה שעה אחת קודם.

ט) דער פלאן לויטעט אז דער ווירטואלער מאגאזין וועט ערשיינען דינסטאג פאר יו"ט. ביטע אריינשיקן אלע ארטיקלען מינימום ביז שפעטסטנס מיטוואך ערב שבת הגדול.

י) סיי וואס פאר אן ארטיקל אין סיי וואס פאר א פארמאט, נושא, אדער לענג, ווערט הערצליך ענטפאנגען און באגריסט, און וועט ערנסט באטראכט ווערן אלס קאנדידאט אריינגעשטעלט צו ווערן אין דער אויסגאבע אויב וועט עס געפינען ווערן פאסיג דורך דער הנהלה. ווי פארשטענדליך וועט דער אויסוואל זיין באזירט אויף דעם רעלאטיוו פון דעם חומר וואס מיר וועלן ערהאלטן.

יא) א מתן שכרה בצדה פון פערציג דאלער קעש וועט געשיקט ווערן אין פעיפאל פאר די ערשטע צען שרייבער פון הויכער קוואליטעט, וואס זייערע ארטיקלען וועלן אנגענומען ווערן אין "פה-סח". די ארטיקלען דארפן נאכקומען די פאלגנדע פארשריפטן: א. קוואליטעט זאל זיין גענוג הויך ווי עס פאסט פאר א פובליצירטער מאגאזין, און זאל נישט דארפן מער ווי מינימאלע הגה. ב. דער ארטיקל זאל ענטהאלטן 5000 קערעקטערס אדער מער (אויב ס'פארמאגט אויך אריגינעלע דאקומענטן/בילדער קען געמאלט זיין קורצער).

יב) עס וועט געפארעמט ווערן א קאמיטע פון רעדאגירער, פאר וועלכע עס וועט געעפענט ווערן דעם "שרייב טישל" פארום, צו פארלייכטערן די צוזאמענארבעט. די מערכת טוט איינלאדענען סיי ווער עס איז באהאוונט אין אידיש-גראמאטיק ארויסצוהעלפן מיט דער רעדאגירונג. א פערזענליכע איינלאדענונג ווערט ארויסגעשיקט פאר [tag]פלאוויוס[/tag] און [tag]יאיר[/tag], מיר קוקן ארויס פאר אייער הילף און קאאפעראציע

יג) ווי געשריבן פון אנהויב, די מערכת קענען נאר טון די השתדלות! מיר בעטן יעדן יחיד, שארצט אייך ארויף דעם ארבל און שטעלט אהער א שיינעם ארטיקל אדער צוויי לכבוד דעם "פה-סח" און נאר אזוי וועלן מיר קענען עררייכן דעם געגארטן ערפאלג.

יד) מיר באדאנקען זיך פון פאראויס פאר סיי וואס פאר א הילפס-אנבאט. ווער עס איז וויליג צוזאמצונעמען פון אלטן חומר פאר א סאפלומענט און דאס גלייכן איז העפליך געלאדנט.

טו) הגם מיר האבן נישט דא קיין ביזנעס אינטערעסן, אבער אויב ווילט איר אדווערטייזן אייער ביזנעס אין אונזער מאגאזין ביטע זיך ווענדן אין אישי.

טז) דער גראפיקער איז גרייט, די רעדאקציע איז גרייט, כוכב איז דערביי, יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בידך. זייט מקיים דעם "אם אין אני לי מי לי". מיר ווארטן פאר "אייער" ארטיקל, ואל תאמר לכשאפנה אשנה.

זאל דאס אידישע שריפט דערגרייכן א נייער פרעצעדענט, ושתשרה שכינה במעשה ידינו.

דער כבוד און פארגעניגן איז אינגאנצן מיין,
כוכב

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:49 pm
דורך לית דין בר נש
דאס גייט ארויס גיין צום ברייטן גאס?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:58 pm
דורך ישמעאל הכהן
לית דין בר נש האט געשריבן:דאס גייט ארויס גיין צום ברייטן גאס?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:10 pm
דורך כוכב
כ'פארשטיי נישט די שאלה. עס וועט זיין א דאונלאוד וכל דכפין יתי ויפ-סח.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:12 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'האט עפעס אויסגעזען פון דיינע ווערטער ווי ס'וועט ארויסקומען אין א עכטן באנד פארשפרייט אין געשעפטן.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:17 pm
דורך כוכב
ט) דער פלאן לויטעט אז דער ווירטואלער מאגאזין וועט ערשיינען דינסטאג פאר יו"ט. ביטע אריינשיקן אלע ארטיקלען מינימום ביז שפעטסטנס מיטוואך ערב שבת הגדול.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:41 pm
דורך מה הוא
עליכם השלום!
מיר האבן שוין אנגעהויבן מיט די ארבעט און לויט ווי עס קוקט אויס איז @כוכב גרייט מיט פילן אימפעט אז עס זאל זיין א דבר השלום
און מיר האפן אי"ה פון אונזער זייט אויך צוצוהעלפן לאמיר האפן אז מיר וועלן עס קענען באשיינען

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:13 pm
דורך בן נריהו
דאס געשריבענע ווערק, פארענדיגט, ווי - ביטע - זאל מען עס שיקען?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:14 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]כוכב[/tag],

מען נעמט בלויז אן קוואליטעט פון א הויכע כעליבאר?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:17 pm
דורך כוכב
מ'נעמט אן ארטיקלען פון סיי וועלכן קאליבער און אויב איז עס ראוי לדפוס וויט עס אריינגיין אינעם מאגאזין. באצאלן וועט מען אבער נאר פאר הויכע קוואליטעט לויט'ן פארלאנג פונעם ספאנסאר.
גלייכצייטיג טוען מיר באגריסן אונזער הויפט רעדאקטאר [tag]פישלע העררינג[/tag] וואס מיט זיינע גאלדענע כשרונות טוט פיל ביישטייערן צום פראיעקט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 7:56 pm
דורך כוכב
מיר טון זיך באדאנקען פאר א חשובער חבר וואס איז געווען דער המתחיל במצוה און אריינגעשיקט א מעגא ארטיקל.
מיר טון זיך באדאנקען פאר ברסלבער פאר'ן זיך אונטערנעמען בלי"נ א ארטיקל מיט זיין גאט געבענטשן פעדער.
א הערצליכן דאנק פאר אפטעמיסט וואס אויסער וואס ער איז א געטרייער חבר המערכת, האט ער זיך אונטערגענומען אן ארטיקל.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:14 pm
דורך פלאוויוס
דער געדאנק איז א הערליכער. קומט זיך א מעדאל פאר די אחראים.

א דאנק [tag]כוכב[/tag] פאר דער פערזענליכער איינלאדונג. איך וועל פרובירן צו העלפן מיט וואס איך קען.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:15 pm
דורך יאיר
כדי עס זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתוקן קלער איך אז מען זאל אויסטיילן פארשידענע קאטעגאריעס פון שרייב ווערק. צום ביישפיל, הגות בעניני יהדות, פיקציע, פאעזיע, וכדו', אזוי אז עס זאל זיין א ווערייעטי פון אלע סארטן זאכן. אויסער דעם קלער אז דאס וועט געבן אן ערנסטקייט פאר דער זאך אויב יעדער זאל פון פאראויס אריינגעבן דעם נושא וואס ער גייט שרייבן, און יעדער זאל שרייבן בלויז איין ארטיקל, אזוי וועט מען שרייבן מיט מער ישוב הדעת, נישט זיצן אין ביה"כ און אפקאטשקען עפעס.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:29 pm
דורך כוכב
יאיר, איך בין מסכים הונדערט פראצענט אבער דא עקב אז beggars can't b chosers. אלעס ווענדט זיך אינעם ציבור. פון מיין זייט וועט זיכער נישט זיין קיין צוריק האלט אהערצושטעלן דעם שענסטן דבר נאה ומתקבל ,און זייט וויסן מיר האבן א פראפעסיאנאלן גראפיסט צו דער רעכטער היינט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:33 pm
דורך יאיר
אויף דעם לערנען אונז שוין חז"ל טוב מעט בכונה מהרבה שלא בכונה. אויסער ביי די כת הידוע וואס זענען ליידער מפקפק אין כמה מאמרי חז"ל און זעען אן ענין אין אנפילן הויכעשטאקיגע פארענטשעס מיט וואס מער פלייש.
נאכמער, מען דארף דאך שטעלן עפעס א ביישפיל וואס דאס מיינט ליטעראטור און וואס איז דער חילוק צווישן א זיסער וויץ וואס איז פאסיג צו אויסלופטערן אויף א פארום און אן ערנסטער מאמר וואס באלאנגט צו ווערן פאבליצירט אין א מאגאזין פארמאט. כאטש איך פארשטיי אז דאס מיינט חלילה אז מען אנערקענט אז שלום בערגער האט א שטיקל פוינט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:46 pm
דורך כוכב
יז) מיר בעטן אלע חשוב'ע חברים צו נעמען די ווערטער פון אונזער רעדאקטאר יאיר אין ערנסטנסטנס באטראכט.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:52 pm
דורך יאיר
העי, באטיטל מיר נישט אלס רעדאקטאר. איך האב קיינמאל נישט אנגענומען דעם כיבוד.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 9:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך טראכט פון אן ארטיקל איבער די סוגיא פון אריזאנע מאשין מצות און קם ליה בדרבה מיניה

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:01 pm
דורך לעיקוואד
נישט אונטעררייסען כוכב' ס פראיעקטען. הגבאים.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
:lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:10 pm
דורך געוואלדיג
געב אכטונג פון גילוי יעצט ווייסן מיר שוין אז דו האסט א עקס שוואגער (אדער נישט)

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד איך בין דיר גרייט אויסצוזאגן מיין נאמען אבי די זאלסט אהערשטעלן עפעס,

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
וואלט כדאי געוועהן דאס צו מאכן פאר א וועכענטליכע בלעטעל, און סזאל זיין א מינימום קאסט צו דאונלאודן, די עצם זאך אז דאס וועט קאסטן אפאר צענט וועט ברענגן מער ליינער, און שטעלן א בעסערע צורה.