בלאט 1 פון 1

ירידת הדורות: חסיד'ישע פרויען "ראק" בענד!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:42 pm
דורך אפטעמיסט
לייענענדיג אזוי די נייעס אויפ'ן געוועב בין איך קעגנגעקומען אן ארטיקל אינעם Huffington Post איבער די גרינדונג פון די ערשטע "חסידישע-פרויען ראק בענד", באזירט אין ברוקלין.

דאס איז מער ווייניגער הייסע נייעס. ס'מיינט אז נעקסטע מאל איך פאל אריין אין קאנטינענטעל פאר א הייראט-צערעמאניע וועט די מוזיק זיין אויף די אנדערע זייט מחיצה? דער וואס האט מער אינפא זאל ביטע מיטטיילן.

http://m.huffpost.com/us/entry/6832204? ... mg00000055

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 12:21 am
דורך לעיקוואד
עס איז אן אלטער מעשה, יעצט ווילן זיי ארויסגעבן אן אלבום. דאכציך ליובאוויטשער.
מסתמא ביי רוב חתונות איז דאס דאך נישט שייך, וויבאלד מען וועט דאך אריבערהערן די מחיצה. נאר ביי די גאר פרומע אדער רעבישע חתונת ווי די פרויען זענען אין אן עקסטערע זאל. עס איז שוין לאנג דא ביי די סארט חתונות פרויען זינגער און שפילער. ווי אויך ביי אלע מיני איווענטס געאייגענט נאר פאר פרויען.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:15 am
דורך יאיר
מאנכע טענה'ן שוין פון לאנג אז דאס וואס ליובאוויטשער רופן זיך חסידים מאכט א געפערליכע צעמישעניש.

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 3:51 am
דורך ישמעאל הכהן
רק השמר לך ושמור נפשך מאוד

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:38 pm
דורך מעקס
איך מיין עס איז א מוראדיגע זאך, אנשטאטס צו זיין פענס פון די עזרת נשים ביי די אומות העולם וועלמיר זיך קענען דערקוויקען מיט אביסעלע ווארימע היימישע ניגונים געזינגען דורך טאלאנטפולע היימישע פרויען. kudos for chabad

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 2:31 pm
דורך הוגה
זייער בענד נאמען, בולעטפרוף סטאקינגס, איז genius!

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 3:49 pm
דורך שמעון וואלף
לעיקוואד האט געשריבן:עס איז אן אלטער מעשה, יעצט ווילן זיי ארויסגעבן אן אלבום. דאכציך ליובאוויטשער.
מסתמא ביי רוב חתונות איז דאס דאך נישט שייך, וויבאלד מען וועט דאך אריבערהערן די מחיצה. נאר ביי די גאר פרומע אדער רעבישע חתונת ווי די פרויען זענען אין אן עקסטערע זאל. עס איז שוין לאנג דא ביי די סארט חתונות פרויען זינגער און שפילער. ווי אויך ביי אלע מיני איווענטס געאייגענט נאר פאר פרויען.

ס'איז העכסט צייט די רבנים זאלן מעורר זיין אויף דאס וואס מ'נעמט מענער מוזיקאנטן און זינגער זאלן שפילן און זינגן פאר פרויען.

כ'האב נארוואס געזעהן די היינטיגע דבר יום ווי מ'האט אפירגעקראצט א קול קורא פון צוואנציג יאר צוריק ווי די רבנים זענען דערציטערט געווארן הערענדיג אז ס'קומען פאר פלעיס ווי מענער שפילן פאר פרויען. איז מאי שנא? פארוואס ביי רבי'שע חתונות מעגן מענער שפילן און זינגן פאר פרויען?