בלאט 1 פון 1

מאן וויל א שטאפענע קאפעלוטש

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 11:35 am
דורך ישמעאל הכהן
כ'בין בכלל נישט דער אנטי סאטמארער וואס גלייכט נישט די שטאפענע היטן מיט וואס זיי גייען, כ'האב צופעליג געווענדליך די נייעסטע סאטמארע סטייל שייטל העטס אין די וואך וואס ס'דא צו באקומען.
מיין מאן אבער טראגט א הויעכן סאמעטענעם היט אזוי ווי זיין טאטע, אין כהאב שטארק הנאה דערפון פשוט ווייל כ'גלייך זייער נישט די look פון היימישע מענער וואס דרייען זיך מיט גרויסע שטאפענע היטן, אין פארשטייט זיך אז די ״ מה יאמרו הבריות״ שפילט ביי מיר א גרויסע ראלע אין ספאסט מיר זייער אז מיין מאן זאל האבן א אלוועלטליכן היט.
די וועלט אבער קומט מער צום שכל און מ'זעט איין אז די סאטמארע שיטה איז גערעכט האט זיך שוין מיין מאן געגעליסט א שטאפען היט, כהאב אים אבער געגעבן צו פארשטיין אז ספאסט אונז נישט, נאר איינצליגע מענער אין אונזער משפחה האבן דאס.
די זייגער געבט זיך א ריק מיט אפאר חדשים אין א ברודער מיט נאך א חבר מיט דער אין יענער האבן אויך שטאפען היט, אין דא קומט מיין מאן נאכאמאל צי, כהאב געבעטן ווארט צו נאך אביסל, נאך נישט פליז.
דער נאכט האט די מאן געקלאפט אין טיש, א הייסע כובע שטאפען היט!!!!!!
כבין ממש צופיקעוולט, כקען נישט אנהייבען מיט די הייליגע תורות אז מסורה איז דער עיקר און מ'טאר נישט טוישן לבוש ווייל ער וועט אויפוועקען אלע שכינום פאר געלעכטער, קויפן א מתנה אנשטאט האב איך שוין געטוען לעצטע מאל ער האט געאקשנט, קויפן א בענדאון אדער בענדאפ וועלכע איז אויך פון שטאפענע היט מאטרעיאל געפולט מיר אויך נישט
רבותי א עצה קריטיש ווי זעה איך מעל ארויס פון א מאן מיט א שטאפענע קאפעלוטש???

נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 12:40 pm
דורך אפטעמיסט
[tag]געפילטע פיש[/tag]'ס ווייב שיקט מיר אין אישי:

מיין מאן לאזט מיר נישט דרייווען קיין קאר אדער כאפן א ציגרעטל, כ'האב אים געפרעגט נישט ווייל ער איז מיין בעלעבאס, נאר ווייל ס'איז א מענערישער זאך, אזוי ווי עסן תיקון און קראצן די פיס אין מקוה...
.

ס'גוטע נייעס די קאפל! געפילטע שלאגט זיך פאר פרויען רעכטן און דאס ווייב פאר מענער רעכטן.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:27 am
דורך געפילטע פיש
וואס מיינסטו? זי פייט פאר מענער רעכטן ווייל איך האב איר אזוי געהייסן.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 11:33 am
דורך Kool man
פלעגט דא דאווענען א באטשי נעבען אונז מיט א הויכען סאמעטע קאפעליוטש, אבער אריינגעקוועטשט אזוי קיילעכיג פונקט ווי די טשאלענט טאפ, אנטשולדיגט - שטאפענע קאפעליוטש, א געניאלע פשרה, טראג שוין אהן פאר דיין מאן..