בלאט 1 פון 1

בילדער אין די טאשן פון ציווילע קריג סאלדאטן

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:30 pm
דורך יידל
די מוזעאם פון די פקאנפעדערעסי האט ארויסגעלייגט אנליין בילדער וועלכע זענען געפינען געווארן אין די טאשן פון טויטע סאלדאטן, בעטנדיג אז ווער עס האט אינפארמאציע איבער די מענטשן אין די בילדער זאל זיי קאנטאקטען. פאלגנד זענען טייל פון די בילדער:

אין די טאש פון א סאלדאט וועלכע איז אינדענטיפיצירט געווארן אלס "יוסף ווארן" איז געפינען געווארן דעם בילד:
בילד

דער זעלבער סאלדאט האט געהאט נאך א בילד אין זיין טאש:
בילד

אין די טאש פון א סאלדאט "הארטווערד קינקעיד עדעמס איז די פאלגענדע בילד געטראפן געווארן:
בילד

דער סאלדאט טאמעס טימבערלעיק פון ווערדזשיניע האט געטראגן מיט זיך דעם בילד:
בילד

זעט דעם נייעס באריכט און דעטאלן דא.

Re: בילדער אין די טאשן פון ציווילע קריג סאלדאטן

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 3:20 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איז שייך צו אידענציפירן אנאנימע בילדער פון אזא לאנגע תקופה אויף צוריק?

עס איז נאך פאר די אנליין עפאכע ווי בילדער זענען געטעגט געווארן מיט יעדענס אידענטיטעט....

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 10:33 am
דורך איך אויך
מיינסט טאקע זיי מיינען עס נאר לשם שמים? קענסט זיין זיכער זיי האבן באקומען עפעס א גרענט אדער נדבה לטבת דעם פרויעקט.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 11:55 am
דורך טעמפא
איך אויך האט געשריבן:מיינסט טאקע זיי מיינען עס נאר לשם שמים? קענסט זיין זיכער זיי האבן באקומען עפעס א גרענט אדער נדבה לטבת דעם פרויעקט.

און דער וואס געט די גרענט אדער נדבה, לשם וואס מיינט ער?

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 4:03 pm
דורך איך אויך
א טעקס דידוקשן.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 7:35 pm
דורך ניו יארק
נאר איך טראכט אז קוקען אויס ווי אידען?