בלאט 1 פון 1

פרישע כוחות אין קאווע שטיבל הנהלה

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:41 pm
דורך קעלנער
איש בשורה אנכי היום, צו מעלדן איבער פרישע כוחות וואס זענען אריינגעקומען ווייטער צו הייבן קאווע שטיבל לשם ולתפארת. פון היינט און ווייטער קומען צו דריי נייע מנהלים, וואס וועלן פארזיכערן אז אלעס פירט זיך על צד היותר טוב פאר אונזערע טייערע חברים.

די נייע מנהלים, הלא הם [tag]אסף המזכיר[/tag], [tag]סארווירער[/tag] און [tag]סדרן[/tag], וועלן שטיין יעדן צו הילף, וועלן פארזיכערן אז קאווע שטיבל פארט ווייטער על מי מנוחות, און וועלן ווייטער כסדר מטכס עצה זיין ווי אזוי צו פארשענערן און פארבעסערן.

די נייע מנהלים וועלן זיך אט אט באווייזן, און וועלן זיך פארשטעלן פאר'ן ציבור, און מיטטיילן זייערע אויפגאבעס.

מ'בעט דעם ציבור צו זיין געדולדיג, ווייל עס וועט נעמען עטליכע טעג ביז די נייע מנהלים וועלן זיך באקענען מיט די פרישע פונקציעס.

יהא בואם לברכה!

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:11 pm
דורך פישלע העררינג
יהא בואכם לברכה! ויה"ר שיהא שם שמים מתאהב על ידכם.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:27 pm
דורך סדרן
איבער "מאחורי הפרגוד" קען מען זיך ווענדן צו מיר.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:51 pm
דורך אסף המזכיר
אגוטן. איך וועל זיך אפגעבען בעיקר מיט נייע קאנטעס.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 3:16 pm
דורך סארווירער
איך וועל זיך אפגעבן מיט די גבאי חודש.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 3:51 pm
דורך געוואלדיג
יהא בואכם לטובה ולברכה ולהרמת קרן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:43 pm
דורך לית דין בר נש
שלום עליכם אלע דריי נייע מנהלים יהא בואכם לשלום
איך בין פשוט אביסעלע סופרייז"ד אויף אייער ערשטע תגובה זייער טריקן
חוץ אויב דאס איז בשיטה אז אזוי רעדט א מנהל איך גיי דאס טוהן און פיניש נישט שרייבן שלום עליכם איך האף אייך צו באדינען מיט וואס עס איז שייך בלא בלא בלא און אויף אלע עניני .... קען מען זיך ווענדן צו מיר
Just my thought

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:50 pm
דורך געוואלדיג
ויקם מלך חדש לא חדש ממש אלא ניק חדש ולכן כנראה זענען זיי באקאנט מיט ואנז אלע און פילן נישט אז עס פאדערט זיך נאך שלום עליכם ווען נעכטן זענען זיי אויך דא געווען

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:53 pm
דורך לית דין בר נש
איך פארשטיי דאס אויך איך האב נישט געמיינט אז מען האט אויפגעפיקט דריי נייע מנהלים פון 65 סטריט
אמת האסט נעכטן געשריבן דיין 3980 תגובה כל הכבוד און איך בין צופרידן פאר דיר אז האסט זוכה גיוועהן צו ווערן מיין מנהל
אבער עם כל זה קום אריין מיט א געשמאק

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:59 pm
דורך פישלע העררינג
זיי ברויכן אבאכט געבן דעס מען זאל זיי נישט קענען אידענטיפיצירען דורך זייערע ווערטער אויסוואל און שפראך. ברוב דברים לא יחדל פשע.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 7:08 pm
דורך שמעקעדיג
אן קיינע טענות, בין איך מקבל פנים די 3 נייע מנהלים בכבוד הראוי. זיי ארבעטן גענוג שווער שלא עמלק"פ. וויפיל זיי טוען איז איבער גענוג.
דור הולך ודור בא, יעדע שטיק צייט פאדערט אריינצוברענגען פרישע, יונגערע ענערגישע כוחות.
לאמיר זיי מכיר טובה זיין און האפן אז זיי וועלן פארשענערן דעם שטיבל באופנים שונים, על מי מנוחות.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
פישלע העררינג האט געשריבן:זיי ברויכן אבאכט געבן דעס מען זאל זיי נישט קענען אידענטיפיצירען דורך זייערע ווערטער אויסוואל און שפראך. ברוב דברים לא יחדל פשע.

פישל: ס'טוט מיר שטארק וויי מודיע צו זיין פאר דיר און פאר'ן גאנצן חשוב'ן עולם אז איך האב פארלוירן א בעט/וועט/געמבל. איך בין געווען 2,500 פראצענט זיכער אז פישל וועט זיך ארויפארבעטן צו ווערן איינער פון די מנהלים. לצערינו הגדול איז עס (נאך) נישט געשעהן. ע"כ וועלן מיר מוזן זעהן צו שתדל'ן ביי די הויכע פענסטער און אויסנוצן אונזער פראטעקציע כדי מסדר צו זיין עפעס א בכבוד'יגן פאסטן פאר אונזער טייערן חבר ר' פישל הערינג שליט"א...!

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 10:59 pm
דורך געוואלדיג
אפשר יא, נאר מען האט שוין ארויסגעברענגט די שיינקייט פון קאווע שטיבל אז די מנהלים ווען זיי שרייבן סתם שרייבן זיי נישט מיט זייער אפיציעלע ניק...

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:13 pm
דורך שמעון וואלף
פישלע העררינג האט געשריבן:זיי ברויכן אבאכט געבן דעס מען זאל זיי נישט קענען אידענטיפיצירען דורך זייערע ווערטער אויסוואל און שפראך. ברוב דברים לא יחדל פשע.


און טאמער וועט מען אידענטיפיצירן אז אינטער די ניק פון די נייע מנהל שטייט א צווייטער ניק וועסטי נאך אלץ נישט וויסן ווער דאס איז. הייסט עס מ'איז גוזר א גזירה לגזירה?
ריכטיג אכשר דרא!