בלאט 1 פון 3
מאראלישע חקירות און ספיקות
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:11 pm
דורך ונבנתה העיר
שוין, וועל איך אליינס מוזן עפענען אן אשכול איבער דעם, הגם לע"ע דרוקט מיר נאר איין נקודה.
אשרי שיאחז וניפץ את עולליך אל הסלע - אידן, נקמה!
עס איז לכאורה א מושכל ראשון אז א פאלק איז אן ענטעטי, מיר וועלן נאך זעהן א נקמה אין די דייטשן, אין רוים, אין בבל, אין האום עווער יו מייט טינק אוו...
קיין דייטשע מאשינען וועלן מיר נישט קויפן [חוץ באש, אויף דעם איז דא א היתר], נתניהו וועט כאפן אייער ווייל פב"פ האט זיך פארקויפט די נשמה צום שטן.
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:19 pm
דורך הוגה
קיין צופרידנשטעלענדע תירוץ צו דיין דילעמע האב איך נישט. איך קען אבער צולייגן נאך אפאר פסוקים צו די דילעמע.
לא תחנם
לא יבוא עמוני ומואבי
ודור רביעי ישובו הנה
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:26 pm
דורך פרייוויליג
ונבנתה דו פארשטייסט אז עס איז דא א זאך ווי א פארשאלטענע ראסע? די דייטשן זענען רשעים אכזריות אפילו זייערע זיידעס און אייניקלעך פירן זיך נישט אזוי. פון א הונט ווערט געבוירן א הונט, און פון א הונט קומט ארויס א הונט. אט די דייטשע רוצחים פארמאגן נאך אן אחיזה אויף דער וועלט ווען זייערע דורות וואקסן.
הוגה, די פסוק איז געשריבן געווארן דורך הקב״ה.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:32 pm
דורך לעיקוואד
אין וואסארא זין איז דיר פשוט אז א פאלק איז אן ענטיטי און פארוואס אין דער זין איז שווער פארשטיין די שכר ועונש?
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:33 pm
דורך petergrifin
קויפען מיר דען פון שפאניע למשל? איך מײן אז יא. מען קען דאך נישט בויקאטען כמעט די גאנצע װעלט. נאר עס
איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע, (מדינת ישראל האט עס נישט גורס געװען קײנמאל). למעשה זעהט מען מער און מער
דײטשע פראדוקטן בײ די הײמישע עולם נאר איך װײס פון א הײמישע קאמפאני װאס מאכט זיכער אראפ צי נעמען
אלע MADE IN GERMANY לעיבעלס. װי אויך מיט די אלטװעלטליכע עקאנעמי איז דא זײער אסאך טײלן װאס קומען
פון דארט סא צו פיל ברירות איז נישט דא.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:34 pm
דורך ונבנתה העיר
לעיקוואד האט געשריבן:אין וואסארא זין איז דיר פשוט אז א פאלק איז אן ענטיטי און פארוואס אין דער זין איז שווער פארשטיין די שכר ועונש?
אדרבה, עס איז מיר נישט פשוט, נאר פונעם גאנצן גערעדאכטס זעהט עפעס אויס אזוי.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:36 pm
דורך ונבנתה העיר
petergrifin האט געשריבן:נאר עס איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע,
פארוואס?
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט זייער גוט געשריבן אבער איך וועל צו לייגן איין ווארט
מיר קויפן דייטשע פראדוקטן, די וואס האבן געפירט א מערכה דערמיט איז געוועהן די פאריגע דור, וואס דאן האט נאך געלעבט און דייטשלאנד די אלע דייטשען וואס זענען געוועהן און די תקופה פון די מלחמה און אויף זיי איז געוועהן א סיבה צו זיין ברוגז ווייל זיי זענען אלע געוועהן שונאי ישראל.
היינט הערט מען דער עיקר וועגן די דייטשע קארס וואס כידוע האבן די קאמפעניס געהאט א שטארקע יד און די דייטשע אקטיוויטעיטן
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:38 pm
דורך לעיקוואד
דארף מען אויב אזוי טראכטען וואס איז די הגדרה פון דער כלל איך קלער אז לויט דעם וועט מיושב ווערן.
למשל די קולטור, וואס דאס זאל נאר נישט זיין, וואס איז א חפצא פון כלל און נישט פון פרט. הערט זיך אז די דייטשע קולטור זאל מען אויסמעקן הגם קיין שום פרטישע דייטש פון היינט איז נישט שולדיג וואס זיינע זיידעס האבען געטוהן?
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:41 pm
דורך ונבנתה העיר
קענסט אפשר מעקן דעם קולטור, אבער זעה אז קיין שום בריה זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן, נאר דורך משיח [אדער איבערגעבן פאר די יו ען].
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:43 pm
דורך אחד העם
הוגה, דעם דין פון ממזר דארף מען אויך צולייגען, הגם עס איז דא כמה פרשנים וואס פראבירען דאס מיישב צו זיין, דוגמת אברבנאל, רלב"ג, אבער עס איז נישט מיישב עד הסוף, עכ"פ פאר מיר.
לעיקוואד, די קולטור מיינסטו דיעות ושיטות הגרמנים, אדער עפעס מער פיזיש?
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:43 pm
דורך יאיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
Genes?
בכלל דארף מען וויסן ביי איין מענטש אליין, פארוואס בין איך א מחותן מיט דעם עולה וואס מיין גוף איז באגאנגען דריי יאר צוריק.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:44 pm
דורך מאטי
ארור אפם. -- זייער צארן, אבער נישט זיי אליינס.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:44 pm
דורך יאיר
לויט ווי איך פארשטיי רעדט נישט ונבנתה פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט, ממילא די אלע צושטעלער פון לא תחנם וכו' קומט נישט ממש אריין.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:44 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:ארור אפם. -- זייער צארן, אבער נישט זיי אליינס.
ווי פלעגט מיין מלמד זאגן? איך שלאג נישט דיך, איך שלאג דיין יצר הרע.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:44 pm
דורך אויסלייזער
ונבנתה העיר האט געשריבן:פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
גוטע קשיא! פרעג די גוי!
מיליאנע אידען זענען געשחטן געווארן דורך די קריסטען ווייל אונזערס אן עלטער עלטער זיידע האט פארמשפט זייער יאשקע למיתה.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:45 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
Genes?
בכלל דארף מען וויסן ביי איין מענטש אליין, פארוואס בין איך א מחותן מיט דעם עולה וואס מיין גוף איז באגאנגען דריי יאר צוריק.
ביסט דער נענטסטער מחותן.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:46 pm
דורך לעיקוואד
ונבנתה העיר האט געשריבן:קענסט אפשר מעקן דעם קולטור, אבער זעה אז קיין שום בריה זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן, נאר דורך משיח [אדער איבערגעבן פאר די יו ען].
וואס איך מיין צו זאגען איז אז קיינער ווערט נישט געשעדיגט ווערן, נאר עס וועט נמנע ווערן פון עם די הנאה וואס ער האט היינט פון זיין זיידע'ס ארבעט.
הגע בעצמך, אז ער האט היינט תועלת פון זיין זיידע פארשטייסטו יא על פי הצדק? דאך איז דאס א פאקט, הן לגבי קולטור, הן לגבי אינפרסטרוקטור, הן לגבי נאך זאכען. איז אפשר די סברא פון נקמה איז אז דאס זאל נישט זיין, זאלן זיי דארפן יעצט אנהייבן פון בראשית.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:46 pm
דורך petergrifin
ונבנתה העיר האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:נאר עס איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע,
פארוואס?
װײל מען איז אנגעװײטאגט. איך מײן עס האט נישט מיט מאראל נאר פשוט רצחת וגם ירשת?!
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:48 pm
דורך לעיקוואד
אחד העם האט געשריבן:.
לעיקוואד, די קולטור מיינסטו דיעות ושיטות הגרמנים, אדער עפעס מער פיזיש?
איך ווייס נישט פונקט די הגדרה, און בכלל בין איך נישט מציע דאס למעשה, איך האב דווקא ליב דייטשע קולטור.. איך פראביר נאר מסבר זיין את האוזן דער געדאנק.
אבער למשל, אז מען וועט חרוב מאכען די אלע אוטובאנען וואס היטלער האט געבויט, וואלט דאס מיר מתקבל געווען אלץ א גלייכע נקמה.
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:48 pm
דורך ונבנתה העיר
petergrifin האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:נאר עס איז זײער פארשטענדליך אז אידן װאס האבן איבער געלעבט די שואה און זײער קינדער מיט אײניקלעך גײען נישט
שטיצן די דײטשע עקענאמיע,
פארוואס?
װײל מען איז אנגעװײטאגט. איך מײן עס האט נישט מיט מאראל נאר פשוט רצחת וגם ירשת?!
וואס עפעס רצח'ת'?
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
לגבי די פסוק אשרי מי שיאחז איז מסתבר אז עס איז פשוט א רגשיותדיגע אויסדריק פון צער 'הלואי זאל אויף דיר קימען דאס וואס די האסט אויף מיר געברענגט' ותדייק אז ער זאגט נישט ער וועט עס טון נאר אשרי מי שיאח
אשכול בעצכ'ח בענין זה
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:51 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין: איז בכלל דא עפעס א צד אויף דעם אין מאראל? קען מיר איינער מסביר זיין עפעס א צל סברא פארוואס א היינטיגער דייטש זאל זיין עפעס א מחותן מיט וואס זיין טאטע האט געטוהן?
Genes?
בכלל דארף מען וויסן ביי איין מענטש אליין, פארוואס בין איך א מחותן מיט דעם עולה וואס מיין גוף איז באגאנגען דריי יאר צוריק.
ביסט דער נענטסטער מחותן.
און אויב דער אייניקל איז דער נענטסטער מחותן?
האט דער קאצקער אמאל געטייטשט, רצחת - גם ירשת. אז דו הרג'עסט איינעם גייט דער שולד אריבער בירושה.