כלל ברזל ונחושת - און/אין.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

כלל ברזל ונחושת - און/אין.

שליחה דורך פרייוויליג »

זיך דרייענדיג אסאך אויף אידיש רעדענדע בלאגס קומט מיר אסאך מאל אן צו איבלען די אויגן. עס איז דא כללים אין שפראך, און אידיש איז נישט קיין אויסנאם. איך גיי נישטא געבן א גראמאטישע לעקציע אין אידיש. ווייל הפנאי אינו עמי. אבער אויף איין ווארט האב איך געשפירט פאר וויכטיג יא צו ערקלערן איר באדייט, ווייל אן דעם איז ממש נישט מעגליך צו פארשטיין וואס די עולם שרייבט. עס איז ממש א שרעק! וויפיל מען שרייבט און מען שרייבט און מען שרייבט קען מען זיך נישט דערלערנען די סאמע וויכטיגסטע כללים אין שרייבן.

מען שרייבט ״און״ נאר ביי די פאלגענדע ביישפילן: א זאך מיט נאך א זאך.
משה ״און״ ברוך זענען געגאנגען אויף א שפאציר.
קויף מיר טאמעטעס ״און״ צוויבל.
איך קען נישט מער דערהייבן באבישע שרייבעריי, ״און״ איך זאג די צו עס איז עד כדי גועל.
״און״ אויב גייסטו נישט זיין מארגן אין צייט ביסטו געפייערט.

מען שרייבט ״אין״ נאר ביי די פאלגענדע ביישפילן: ווען עפעס איז אין עפעס.
אין בין אריינגעגאנגען ״אין״ קלויז.
ער שטעקט זיך אייביג אריין די נאז ״אין״ מיך.
און אויב גייסטו נישט מארגן זיין ״אין״ צייט ביסטו געפייערט.
ער איז אריינגעשפרינגען ״אין״ שווים באסיין.

ויהי רצון שילמדו תועים כללי און/אין - הכי פשוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אויסלייזער »

אייזן און קופפער.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.
(- - -)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג: צען מאל א יישר כח. ווען מ'קען געבן א לייק אזוי ווי קרני פרה וואלט איך דיר זיכער געגעבן א דאזן. ווייל דאס נישט קענען אדער ווילן מבחין זיין צווישן "אין" און "און" ברענגט מיך ארויס פון די כלים. נאר איך מיין אז ד'ער ערשטער, דער נחשון פון עם הארצות איז געווען "דער בלאט" דארט זענען זיי געווען ממש קונצלערס אין אוועקהרג'נען די אידישע שפראך. אז זיי האבן אויסגעמישט די "אינ'ס" איז א פשיטא. נאר זיי האבן געהאט אן אנדער משוגעת אויך. אפשר האט עס געהאט צו טון מיט אכשר דרא'קייט. זיי האבן אויף אלץ און אלעם געשריבן בלשון זכר "דער". אפילו וואו ס'איז געווען א דירעקטע סתירה צו די זאך אדער דעם מענטש וואס זיי האבן באשריבן. למשל: דער ספר תורה. דער גמרא. דער פרוי (רח"ל)...וכו'...! משא"כ דער איד, וועלכער האט געהאט העסליכע דיעות און אפיניאנס. אבער געשריבן האבן זיי יא מיט א הויכן פראפעסיאנאלן סטאנדארט פון די אידישע שפראך...!
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך האב דיר אין דער ערד
ותקיא הארץ און די ערד וועט דיר אויסשפייען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ישמעאל הכהן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

פישלע העררינג האט געשריבן:משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

״מיט״ שרייבט מען בכגון: יענקל איז געפארן מיט משה. מיט שטייט פאר ״צוזאמען״. פיקעלס איז נישט צוזאמען מיט קיוקאמבערס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג האט געשריבן:
פישלע העררינג האט געשריבן:משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

דוכט זיך אז ״מיט״ שרייבט מען בכגון: יענקל איז געפארן מיט משה.

אדער קענמען שרייבן: "יענקל און משה זענען געפארן צוזאמען אויף איין וואגן געשלעפט דורך צוויי פערד...!
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

פרייוויליגער, זייער גוט ארויסגעברענגט, כה לחי.
אלס איינער וואס קען זיך אויס אין גראמאטיק, וואלט אליינס געדארפט פארשטיין, אז די דאזיגע אשכול באלאנגט אינעם שפראך און גראמאטיק פארום.
באט נעווער מיינד, האסט א גערעכטע פוינט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פישלע העררינג האט געשריבן:משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

נישט ריכטיג.
משה מיט ברוך גייען (אינאיינעם) שפאצירן. איך האב דערציילט פאר משה און (דערנאך) ברוך.
איך האב געקויפט א טוץ אייער און עטליכע צוויבל, איך האבן געגעסן (א טעלער) אייער מיט צוויבל.
מיט איז עם with, און איז ו and.
____
און אין איז א בושה אז מען דארף נאך מסביר זיין. (אזויווי די באטשיס זאגן 'היינט אבער מארגן', נאר מער עלעמענטאר).

פרייוויליג האט מיר אויסגעכאפט מיט אכט מינוט, צוויי מאל אזוי קלאר, האלב די ווערטער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
פישלע העררינג האט געשריבן:משה מיט ברוך. טאמעטאס מיט קיוקאמבערס. גיי אריין אין גראסערי און אין בעקערי וכו'.

אויף ענגליש איז and משמש הן בלשון מיט און הן בלשון און, משא"כ באידיש.

נישט ריכטיג.
משה מיט ברוך גייען (אינאיינעם) שפאצירן. איך האב דערציילט פאר משה און (דערנאך) ברוך.
איך האב געקויפט א טוץ אייער און עטליכע צוויבל, איך האבן געגעסן (א טעלער) אייער מיט צוויבל.
מיט איז עם with, און איז ו and.
____
און אין איז א בושה אז מען דארף נאך מסביר זיין. (אזויווי די באטשיס זאגן 'היינט אבער מארגן', נאר מער עלעמענטאר).

ריכטיג. אבער וויבאלד עס איז ״אידיש״ שרייבט מען דאך אזוי. עניוועי איך האף אז דער אשכול וועט אפקלינגען אזוי הויעך, אז וועט זיך שוין נישט גליסטן פאר איינעם צו שרייבן ווי א תלוש.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

א איד האט געשריבן:פרייוויליגער, זייער גוט ארויסגעברענגט, כה לחי.
אלס איינער וואס קען זיך אויס אין גראמאטיק, וואלט אליינס געדארפט פארשטיין, אז די דאזיגע אשכול באלאנגט אינעם שפראך און גראמאטיק פארום.
באט נעווער מיינד, האסט א גערעכטע פוינט

איך האב עס געוואלט לייגן אין א פלאץ וואו יעדער וועט דאס ליינען. נישט דארט אין עפעס א נישט אינטערסאנטע קאמפלאצירטע שווערע גראמטיג אויסלייג אשכולות.
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

עס איז שוין דא אזא אשכול וואו מען רעדט פון דעם

viewtopic.php?f=7&t=7643
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פרייוויליג האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:פרייוויליגער, זייער גוט ארויסגעברענגט, כה לחי.
אלס איינער וואס קען זיך אויס אין גראמאטיק, וואלט אליינס געדארפט פארשטיין, אז די דאזיגע אשכול באלאנגט אינעם שפראך און גראמאטיק פארום.
באט נעווער מיינד, האסט א גערעכטע פוינט

איך האב עס געוואלט לייגן אין א פלאץ וואו יעדער וועט דאס ליינען. נישט דארט אין עפעס א נישט אינטערסאנטע קאמפלאצירטע שווערע גראמטיג אויסלייג אשכולות.

ווען ווערט גראמאטיק שווער און קאמפליצירט, און זאל זיין עפעס א באשעפטיגונג וואס ברויך זיין אינטערסאנט בלויז פאר דעם מיעוט, און ווען הייבט דאס אן "איבלען אין די אויגן" און גליטשט זיך אריין אין דער "ממש-א-שרעק-זאנע"? 

יא, איך פארשטיי אז צו ניצן די ווערטער און/אין interchangeably איז גרייזיג, קען ברענגען צו אומריכטיגע באדייטן און קען גיין אויף די נערווען אויך. אז שטיצט איר אבער, און איר פארשטייט די וויכטיגקייט פון אן אויסגעהאלטענער גראמאטיק, אז האלט איר אז "אידיש" איז קיין אויסנאם ווען ס'קומט צו די כללים פון שפראך דאן איז דא פרינציפן.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

יואב האט געשריבן:

ווען עס וואלט אינטערסאנט געווען פאר כתבי האידיש שרייבערס, וואלט די אשכול געווען גענצליך איבריג. און דיינע איצטיגע קשיות וואלטן נישט געווען alive. און די עולם וואלט געשריבן ״און/אין״ על מכונו.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ווער געדענקט נאך די בית יהודה חומש פלעגט שטיין אונד ווי די ריכטיגע דייטש-אידיש.
אונד-and
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

עד מתי יהיה לנו ״און/אין״ למוקש?

שליחה דורך פרייוויליג »

איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פארעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס די עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען ליינט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטען די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבורד אויף קאווע שטיבל און ארויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלען, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטע תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגען אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגען ליינען זיין תגובה!!!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

פרייוויליג האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פאררעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס דער עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען לייענט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטען די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבורד אויף קאווע שטיבל און ארויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלען, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטע תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגן אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגן לייענען זיין תגובה!!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

יישר כוחכם!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטעמיסט האט געשריבן:

אי משום הא, יש מה להוסיף:
פרייוויליג האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פאררעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס דער עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען לייענט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטן די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבוירד אויף קאווע שטיבל און אויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלן, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטן תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגן אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגן לייענען זיין תגובה!!!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

ווייס איך שוין נישט וואס דו ווילסט יעצט. - וואס דו קענסט יא טון איז צו מאכן אן הפצה פון "און-אין" אינערהאלב קאווע שטיבל. (איך מיין אז די שורה איז גוט געספעלט?)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אדנירם האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פאררעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס דער עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען לייענט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטען די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבורד אויף קאווע שטיבל און ארויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלען, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטע תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגן אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגן לייענען זיין תגובה!!!

אי משום הא, יש מה להוסיף:
פרייוויליג האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער איך לייד שרעקליך אויף אויסלייג. איך בין נישט פערפעקט, און איך ערווארט אויך עמיצער זאל מיך פאררעכטן אויב ספעל איך נישט ווי עס דארף צו זיין. אבער קען מיר איינער ערקלערן פארוואס דער עולם זעצט נאך דעם ״און אין״ ווי א First grader? וויפיל מען לייענט און מען שרייבט און מען זעט איז עדיין הזעצער בבחרותו!! איך וואלט זייער געראטן די הנהלה אויב מען קען מאכן א בילבוירד אויף קאווע שטיבל און אויסלערנען דעם חילוק צווישן ״און-אין״ - עס גרוילט מיך אזוי שטארק אז ווען איך זע שטיין: "די" ביסט משוגע, איך קען זייער גוט ספעלן, איך האב געלערנט עברי "און" חדר.. באותו רגע בין איך שוין ביים נעקסטן תגובה. אלזא אויב איינער וויל מיך טעגן אלס נודניק האט ער א וועג פטור צו ווערן פון מיך, איך זאג אים צו אז איך וועל נישט ענדיגן לייענען זיין תגובה!!!

ואי משום הא...

*ביי דער נעקסטער תגובה. ( "תגובה" געהערט צו דעם נקיבה-מין, און "ביי" איז א פרעפאזיציע.)

*פון "מיר", נישט פון "מיך". אז ס'איז דא א פרעפאזיציע בעפאר, א שטייגער ווי "פון", האלטן אלע אז מ'זאגט "מיר".
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פרייוויליג האט געשריבן:ווייס איך שוין נישט וואס דו ווילסט יעצט. - וואס דו קענסט יא טון איז צו מאכן אן הפצה פון "און-אין" אינערהאלב קאווע שטיבל. (איך מיין אז די שורה איז גוט געספעלט?)

"א" הפצה, נישט "אן".
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב, איך האב באמערקט די אומריכטיגע ווערטער, אבער כ'האב געטראכט אז א"כ אין לדבר סוף, אויב כ'וועל זיך נעמען טוישן יענעמ'ס שפראך. דערפאר האב איך נאר מעיר געווען דארט ווי די ווערטער זענען נישט גוט גע'ספעל'ט.
פארשפארט