די ספרים-שאנק געבעט

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

די ספרים-שאנק געבעט

שליחה דורך [NAMELESS] »

יאר יערליך אין די צייט בין גאולה לגאולה,
ווען צו ארבעטן ווי א חמור ווערט א לכתחילה,
באקום איך פון די אשת חיל א געבעט,
די ספרים-שאנק ביטע, לאז נישט פאר שפעט,

כאטש די שער התירוצים איז גאר גרויס,
בהלכה ובסברא גרינג צו טרעפן די וועג ארויס,
דאך זעענדיג ווי ערענסט זי טוט מיינען און וועלן,
בין איך זיך מכניע, אויך מיין חלק צוצישטעלן,

באוואפענט מיטן שמאטע אריין אין שטוב פון ספרים,
דאן האט מיר עפעס א מאדנע געפיל באנימען,
דער שאנק האט באקימען א שטרענגן צורה,
און אויף מיר אויפגעהויבן די פינגער מיט א גערה,

מיט וואספארא חוצפה קימסטו אויף אונז קלאפן,
כאילו מען דארף אונז פון חמץ ברעקלעך אויסטאפן,
ווען די געבסט אונז ווען איבערן יאר עטליכע שעה'ן,
וואלט געהאט א פשט מיט די רייניגונגס-געצייג צו קומען,

דער רויטער חומש האט ווי א מויל באקימען,
און צו מיינע ביינער זיך שארף גענימען,
פארוואס איבער'ן יאר ביסטו נישט געקומען לערנען,
וואס גאט אין די וואכענדיגע פרשה לאזט הערן,

אונטער אים דער ווילנא תלמוד בבלי שטייט,
מיט זיינע צוואנציג סאלדאטן צום שלאכט גרייט,
די האלסט דיר פאר א תלמוד חכם א בעל סברא,
איז דאס מעגליך אן זיין ציגעשמידט צו די גמרא?

דער שולחן ערוך מיט זיינע שמאלע הויכע בענדער,
טענה'ט, איז דען הלכה געמאכט נאר פאר קינדער?
דער משנה און שו''ע הרב פרעגן שטרענגליך,
אן הארעווען, זיך צו היטן פון חילול שבת ווי איז מעגליך,

רשב''א ריטב''א ר' עקיבא איגר קצות החושן,
מאנען, ווי איז די חשק צו אינז וואס די פלעגסט פארמאגן,
ר' חיים בריסקער שטייט הויעך שווארץ א שטאלצער,
זאמלען שטויב קען איך אויך ביים ספרים פארקויפער,

זייער אפצווייג פון באסטאן'ס ספר איש ההלכה,
און זיין שותף פון ירושלים'ס אורות התחיה,
געשאפט ווען איך האב מיר געהאלטן אויפגעקלערט,
לאכן זיי, פון ספרים וואס שימלען, קיין חכם מען ווערט,

כוזרי מורה נבוכים עיקרים, רואיג זיי בעטן,
דארפסט דאך וויסן וואס אידישקייט טוט פארטרעטן,
נועם אלימלך מאור ושמש ליקוטי מוהר''ן שמייכלן דאך,
אפילו אין א שוואכע מינוט דיינע פריינט זענען מיר נאך,

איך שטיי געפלעפט, עס קלאפן מיר די ציינער,
ווער נאך וועט זיך נעמען צי מיינע ביינער,
וויי איז מיר, וואס וועט מיר קומען,
אויב דער חובת הלבבות וועט זיך פאר זיין כבוד אננעמען,

פארגאסן אין שווייס צוטרייסלט איך שטיי,
איך שפיר און ווייס אז איר זענט באמת גערעכט געטריי,
איך האף אז שמחת תורה צו דער צייט,
זאל איך מיך פרייען באמת מיט אייך אויף איין זייט,

מיט די האנט אויפן חומש'ל זעץ איך זיך אנידער,
אין מיין מח טוט זיך א טומל א גערידער,
א שטיק צייט גייט דורך ביז מיין פנים איז צוריק געהעריג,
איך גיי ארויס, 'מיין ספרים ארבעט איז שוין פארענדיגט',
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

הערליך און יא עס כאפט א ציפ. א שאד איך קען נישט װאטען פאר דעם.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איינץ פון די סיבות וואס איך היפ איבער דעם ספרים שראנק
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אזוי רייך און הערליך. :like
(- - -)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נאר דער ליקוטי מוהר"ן
גיבט מיר נישט אריין
ער פארשטייט מיר גוט
און פילט מיט מיר מיט
ער שמייכלט ווייעך
איך ווייס עס איז נישט שייך
זאלסט אין אונז לערנען אפט
כאטש אויף דעם האסטו געהאפט
אין שול לערנסטו זיכער
און דו קוקסט נישט אין פרעמדע ביכער
אין קאווע שטיבל כסדר
ווי א אינגל אין חדר
לערנסטו מיט התמדה
הרבה יותר משעה חדא
מחול לך מחול לך
וישמחו כל חוסי בך
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גראדמעכעלע, דו האסט ארויסגעזאגט דעם פיין מיט די שענסטע ווערטער. ס'איז יסורים!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גראדע מעכעלע...!!!! עס שניידט..!!

נאר עפעס דיין אוואטאר איז א מעשה לסתור....
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער ארגינאל און געשמאק, ונכרין דברים מן הלב,

בדרך אגב צולייגט ער די אויפגעקלערטע חסיד וויאזוי ער דרייט זיך צווישען די ספרים יעדע סארט צו זיין צייט, פונעם רויטען חומש ביז די איש ההלכה מבוסטון און אלעס אינצווישען, זייער זיס און געשמאק.

די שותפות פון הרב מבוסטון צו רבה דירושלים כאפ איך נישט גענוי מחמת חוסר ידיעתי, עס וואלט ווען כדי געווען אן אשכול מיוחד דערויף ווען דיין צייט ערלויבט,

וואס גאט, און די וואכענדיגע פרשה לאזט הערן,

געמיינט האב איך אז דאס איז א טעות, די שטרעכל שרייט אבער לאפוקי, פארשטיי איך נישט די כוונה לכאורה קוב''ה ואורייתא חד, ויש ליישב

ותודה רבה לך, זה לא פעם הראשונה שנהנתי ממך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צילייגן לייג איך בעיקר נאר מיר,
די שותפות איז נישט מדיוק ממש כאטש זיי האבן געהאט געוויסע מיינוגען צוזאמען, עס איז בעיקר ליופי הפיוט...

#3 איז געווען א פשוטע טעות פארטוישט 'אין ' מיט 'און, וכבר הרעיש עולמות אין א אנדערע אשכול בזה, ישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און איך האב שוין א ויש ליישב...
למעשה די שטרעכל נאך גאט האט מיר נערוועז געמאכט, מאכענדיג די רושם אלס מפסיק.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

אוי איך קרעכץ און קרעכץ נאכאמאל
זייער תוכן'דיג שניידט שטיקער
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע,
קוק ווי יעדער איינער ווערט משוגע פאר דיר און דו פרעגסט מיר נאך אזוי איידל מיט א רויטן געזיכט וואס איך האב שוין איינגעזעהן אין דיר...
איך זאג דיר נאכאמאל: דו ביסט מיין פעיווארייט ניק!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מוז דאס אויפוועקן, דער אשכול איז מיין "אלול" פון ערב פסח.
ציפעדיגע טרערן.
פארשפארט