בלאט 1 פון 2

כינוס כלל ישראל, איחוד הקהילות, ער"ח סיון תשע"ה

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 11:58 pm
דורך אויסלייזער
אין די איצטיגע מינוטין שליסט זיך די ערשטע אסיפת העסקנים אין פלאנירן א מעכטיגע כינוס, וואס וועט - לויט די רבנישע/רוחניתדיגע עסקנים - ווארפן א שרעק אויף די פאר פארבליבענע אייגנטומער פון נישט געפילטערטע טעכנעלאגישע כלים.
עס וועט פארקומען אויף די ריזיגע ליידיגע שטח אויף 37th סטריט און 13. דארט ווי ס'איז נעכטען אפגעראכטען געווארן די בני אמונים הכנסת ספר תורה.
ס'קען זיין אז די מעמד וועט פארקומען אין צוויי טעג, באזונדער פאר מענער און פרויען.
אין בעפארברייטונג גייען ווערן אפגעהאלטן קלענערע אסיפות ווי ס'גייט ווערן אויפגענומען ווערן גבאים און יעדע בית מדרש אין בארא פארק וואס מ'קען זיך צו אים ווענדען און פרעגן הילף אין די ענינים.
יעצט הייסט עס אז ר' אלימלך בידערמאן וועט מאכן הפרת נדרים און וועט צום ערשטען מאל יורד זיין קיין חוץ לארץ עפ"י הוראות גדולי הרבנים שליט"א.
נאך א רעדנער איז אונטער א פראגע צייכן צו ער איז גענוג כשר פאר די פרומערע קהילות.
הכונו! גדול יהיה כבוד המעמד הזה.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:10 am
דורך שמעון וואלף
די זשאוק איז אווער. ס'וועלן טאקע זיין די טויזענטער וואס וועלן קומען קוקן, אבער די ערענסקייט וואס איז געווען ביים ערשטן כינוס, וועט נישט זיין.

די ארגענאזירער פון יענעם כינוס האבן אויסגעשאסן די לעצטע פייל אומ'אחריות'דיג און ליצנות געמאכט פון כלל ישראל.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:13 am
דורך הוגה
אויף אזויפיל וועלן זיי מעגליך יא אויפטון אז חיים נחום הלוי פריד וועט אונז מעגליך קומען געבן א וויזיט לכבוד די אסיפה.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:13 am
דורך אויסלייזער
זיי וויייסען דאס אויך, וועגן דעם גייט עס נישט זיין סקולען און רחמיסטריווקא סטייל.
זיי פלאנען צו גייען מער מיט א סאושעל / סייקאליגע סארט דרשות, צו כאפן די בעל בתישע ביזנעס עולם.

צום ערשטע מאל אין היסטוריה האבן זיך באטייליגט פארשטייער פון ביידע איינצעלע באבוב און סאטמאר.
ס'קוקט אויס אז עפעס מעכטיג עומד אחר כתלינו.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:14 am
דורך משבק
איך גיי נישט

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:15 am
דורך אויסלייזער
משבק האט געשריבן:איך גיי נישט

דיין רבי וועט קומען אן זיין משב"ק?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:17 am
דורך אויסלייזער
גרויסע אידישע פירמעס גייען אפעציעל ספאנצערן דעם מעמד, ס'גייט זיין אויפרייסערישע עדווערטייזמענט. און פארשטייט זיך א כשר'ע העלףטיים.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:19 am
דורך משבק
ניין מיין רבי וועט שיקן זיין אנדערע ניק . די איינציגסטע זאך וואס העט מיר מאכן גיין איז אויב קען איך האבן אויסשליסליכע רעכטן צו פארקויפן קאלטע פלייש סענדוויטשעס . פשי וואס געלט יענער האט איינקאסירט דארט

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 12:55 am
דורך [NAMELESS]
אויסלייזער האט געשריבן:אין די איצטיגע מינוטין שליסט זיך די ערשטע אסיפת העסקנים אין פלאנירן א מעכטיגע כינוס, וואס וועט - לויט די רבנישע/רוחניתדיגע עסקנים - ווארפן א שרעק אויף די פאר פארבליבענע אייגנטומער פון נישט געפילטערטע טעכנעלאגישע כלים.

מיין טעלפוין האט יעצט א ציטער געטאן, איך האב געמיינט אז סאיז וועגן אט די אסיפה ווי ער גייט אפגעווישט ווערן אבער נאך א טיפערע בליק האב איך געזעהן אז דאס איז מחמת איך האב פארניצט 75 פראצענט פון מיין חודשליכע אינטערנעט פלאן.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:44 am
דורך קינד_אן_קייט
לדעתי קען דאס ווערן א כמעט יערליכע ערשיינונג און ס׳וועט נישט זיין דאס ערשטע אבסורד אין אונזער חיי יום יום, א בחינה פון דייעט מיט ראגעלעך, מיר דארפן אונזערע סעלפאונס און מיר דארפן אונזערע אסיפות.

ווילאנג דער טאן איז מעסיג מענטשליך זאל עס שיין מצליח זיין, ס׳וועט אפילו קריגן מיין פולע גוטהייסונג און השתתפות.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:51 am
דורך מנחם
נאכאמזל עס איז פארהאן באמבאסטישע און גיגאנטישע פארזאמלונג צענטערן, ווען נישט וואלט דער קאמף געווען א פארלוינער.

#קאפאיןזאמדאלערט

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:59 am
דורך נופת צופים
וואסי פשט "מיט דיין פולע השתתפות"? דו פלאנסט עפעס צו טוישן בנוגע סמארטפאון /אינטערנעט?
ביי מיר איז עס פארט אוו לייף און כ'פלאן עס נישט אויפצוגעבן, ממילא בין איך מיר נישט משתתף און די זאכן.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:16 am
דורך [NAMELESS]
איך גיי דייקא יא, איי איך האב א סמארט פאון? נו פאר די מענטשן מאכט מען עס דאך. פרעגסטו אוודאי צו איך וועל אויף געבן מיין סמארט פאון, די תירוץ איז ניין ווייל דאן פארוועם וועט מען קומענדיגע יאר מאכן א כינוס.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:21 am
דורך נופת צופים
נחמתני. איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז אפשר זאל איך גיין. אם אין אני לי. זעה איך שוין, יעדעס יאר עט זיין גענוג לויפערס וואס ווילן נישט פארפאסן א "היסטארישע" מעמד.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 8:55 am
דורך Big Boy
Whos is the one that's behind the asifa idea and who's organizing it?


As a side note, is there anyone else that thinks that to give yourself the nik
אויסלייזער is not appropriate?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:06 am
דורך קינד_אן_קייט
נופת צופים האט געשריבן:וואסי פשט "מיט דיין פולע השתתפות"? דו פלאנסט עפעס צו טוישן בנוגע סמארטפאון /אינטערנעט?

״פערזענליכע״ השתתפות, ותו לא.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:08 am
דורך איך אויך
אז דער שפיטיווקער איז נישט דארט מיט זיין סעלפואן קום איך נישט.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:15 am
דורך פישלע העררינג
כ'זעה אז פערגעמענט מאכט מער געלט טויט ווי לעבעדיג.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 10:38 am
דורך Big Boy
It's not owned by them anymore. it's owned by bobov-48 (shtultz bobov)

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:02 am
דורך ברוך שאמר
bobiv 48/וועט נישט בוין וויטער וועגן די נארישקייטן?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 1:04 pm
דורך אויסלייזער
מעיל מארט און גארמעי גלאט זענען די מעין ספאנסערס

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:50 pm
דורך גנדי
אויסלייזער האט געשריבן:מעיל מארט און גארמעי גלאט זענען די מעין ספאנסערס


מה ענין אכילה אצל סמארטפאון׳ס?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 2:53 pm
דורך Big Boy
Without smartphones people will not know their way to Pomegranate and KJ Poultry so they will have to go to Gourmet and Meal mart