בלאט 1 פון 1
זוכט פאסיגע ווערטער צו באצייכענען פארשידענע געדאנקן
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:07 pm
דורך נהורא נפישא
ווי באוויסט זענען שפראכן בארייכערט געווארן דורכאויס היסטאריע מיטן אויפקום פון נייע געדאנקן וואס האט צוגעברענגט דאס שאפן נייע ווערטער מיט וואס זיי צו באצייכענען, וואס טוט ערמעגליכן דאס זיך אויסודרוקן בלשון קצרה.
דא עקא, אז נישט יעדער וואס איז רייך אין געדאנקן איז אויך רייך אין וואקאבולער, טיילמאל מאכט זיך אז מ'וויל אויסדרוקן א געדאנק, פענאמען, מיט א ווארט אדער באגריף, אבער מ'האט נישט דעם ריכטיגן ווארט, דערפאר וויל איך ווידמען דעם אשכול איבער אט די נושא.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:09 pm
דורך נהורא נפישא
עס איז דא א פסיכלאגישע פענאמען, אין וואס טייל מאל ווען א מענטש וויל בויען זיין פרעסטידזש, און וועגן פארשטענדליכע סיבות קען זיך מאכן אז ס'פאסט אים נישט, אדער ס'איז סתם אזוי רחוק פאר אים דאס צוטאן אויף א דירעקטן אופן, וועט ער צומאל אנשטאטס דעם מפליג זיין מיט הערכות איבער א צווייטן (געווענליך מיט הגזמות), מיטן האפענונג אז ער וועט אטאמאטיש פארדינען מיט ווערן באטראכט אלס איינער וואס איז אסאציאירט מיט יענעם, אט די פענאמען קען מען אויפפאסן אין טאג טעגליכן לעבן אין פארשידענע פארמען.
איך זוך א טערמין אין פסיכלאגיע וויאזוי צו באצייכענען אט די פענאמען.
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:עס איז דא א פסיכלאגישע פענאמען, אין וואס טייל מאל ווען א מענטש וויל בויען זיין פרעסטידזש, און וועגן פארשטענדליכע סיבות קען זיך מאכן אז ס'פאסט אים נישט, אדער ס'איז סתם אזוי רחוק פאר אים דאס צוטאן אויף א דירעקטן אופן, וועט ער צומאל אנשטאטס דעם מפליג זיין מיט הערכות איבער א צווייטן (געווענליך מיט הגזמות), מיטן האפענונג אז ער וועט אטאמאטיש פארדינען מיט ווערן באטראכט אלס איינער וואס איז אסאציאירט מיט יענעם, אט די פענאמען קען מען אויפפאסן אין טאג טעגליכן לעבן אין פארשידענע פארמען.
איך זוך א טערמין אין פסיכלאגיע וויאזוי צו באצייכענען אט די פענאמען.
דאס ווערט אנגערופן אויף די ענגלישע שפראך...To live
vicariously. Vicar, being someone's messenger.
דאס מיינט זיך גרויסהאלטן דורך א שליח. למשל. ווען א טאטע האלט זיך גרויס מיט זיין זון דער גרויסער דאקטער אדער עושר...!
נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 9:39 pm
דורך פרייוויליג
נהורא נפישא האט געשריבן:עס איז דא א פסיכלאגישע פענאמען, אין וואס טייל מאל ווען א מענטש וויל בויען זיין פרעסטידזש, און וועגן פארשטענדליכע סיבות קען זיך מאכן אז ס'פאסט אים נישט, אדער ס'איז סתם אזוי רחוק פאר אים דאס צוטאן אויף א דירעקטן אופן, וועט ער צומאל אנשטאטס דעם מפליג זיין מיט הערכות איבער א צווייטן (געווענליך מיט הגזמות), מיטן האפענונג אז ער וועט אטאמאטיש פארדינען מיט ווערן באטראכט אלס איינער וואס איז אסאציאירט מיט יענעם, אט די פענאמען קען מען אויפפאסן אין טאג טעגליכן לעבן אין פארשידענע פארמען.
איך זוך א טערמין אין פסיכלאגיע וויאזוי צו באצייכענען אט די פענאמען.
אט אזוי מיר טוען דאס אלע בכל יום ובכל עת ובכל שעה. אויף הונדערט אנדערע וועגן.