בלאט 1 פון 4

בקשו רחמים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 7:59 am
דורך שמעון וואלף
איך עפען דעם אשכול ווי מ'וועט קענען מעלדן פאר'ן ציבור מתפלל צו זיין ווען ס'מאכט זיך חלילה אן עת צרה. ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבילנו ונשמע ונתבשר בשורות טובות.

דאס האב איך נעכטן באקומען און עס רייסט שטיקער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 8:28 am
דורך כוכב
I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:10 am
דורך שמערל
ווי אויך די צרות רבים פון די וואס גייען זאגן תמניא אפי, פאר דאס אומשולדיג פיר נעמענדיג מיידל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:06 am
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.

במח''כ דאס איז די השקפה פון חז"ל, נשים במאי קזכיין וכו'.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:09 am
דורך איך אויך
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:38 am
דורך שמעקעדיג
הארץ רייסענד.
(וואו שיקט מען אפ דאס קוויטל?)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 10:59 am
דורך פישלע העררינג
ריכטיג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.

במח''כ דאס איז די השקפה פון חז"ל, נשים במאי קזכיין וכו'.

פארוואס שרייבסטו "וכו'"? שרייב ארויס דער המשך!

דנטרין לגברייהו עד דאתו מבי מדרשא. שטייט דא אז די ווייבער האלטן אויס די מענער כדי זיי זאלן קענען זיין אגאנצען טאג אין בית המדרש? ניין. ווען די מענער גייען ביינאכט צו שיעורי תורה זיצען די ווייבער אינדערהיים און ווארטען מיט געדולד אז די מענער זאלן אהיימקומען צו א פרוי וואס איז נאך אויף, שמועסט מיט איהם, עסט מיט איהם וכו'.

.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:06 am
דורך [NAMELESS]
אה"נ, ולזאת יקרא support.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 12:57 pm
דורך שמעון וואלף
פישלע העררינג האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.

במח''כ דאס איז די השקפה פון חז"ל, נשים במאי קזכיין וכו'.

פארוואס שרייבסטו "וכו'"? שרייב ארויס דער המשך!

דנטרין לגברייהו עד דאתו מבי מדרשא. שטייט דא אז די ווייבער האלטן אויס די מענער כדי זיי זאלן קענען זיין אגאנצען טאג אין בית המדרש? ניין. ווען די מענער גייען ביינאכט צו שיעורי תורה זיצען די ווייבער אינדערהיים און ווארטען מיט געדולד אז די מענער זאלן אהיימקומען צו א פרוי וואס איז נאך אויף, שמועסט מיט איהם, עסט מיט איהם וכו'.

.


פישל, פארוואס שרייבסטי וכו' און נישט די המשך?

כוכב האט געשריבן:I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.


Support מוז נישט מיינען פיינענשל סופארט, ס'קען מיינען געבן חיזוק און ענקארעזשמענט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 2:01 pm
דורך כוכב
ריכטיג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:I'll support my husband and kids.
אויסער וואס סאיז ווייטאגליך דעם שווערן צרת יחיד פון דעם בת ישראל, ווייטאגט די צרת רבים פון דער אידעאלאגיע וואס ליינט זיך ארויס צווישן די שורות.

במח''כ דאס איז די השקפה פון חז"ל, נשים במאי קזכיין וכו'.


פון דעם קאנטעקסט זעט אויס ווי מ'רעדט פון פינאנציעלע שטיצע פון דער פרוי וואס איז געוויס נישט השקפת חז"ל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:00 pm
דורך געוואלדיג
מען האט פארפארן פון די נושא

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 7:41 pm
דורך ליפא
IMG_20160222_173711.jpg

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:22 pm
דורך שמעון וואלף
אוי וויי! איך הער דאך כסדר אויס זיינע שיעורים אויף קול הלשון און בכלל נישט געוויסט אז ער איז נישט געזונט.

לאמיר נעמען דעם תהילים'ל און איינרייסן

נשלח: מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:40 pm
דורך שלום על ישראל
ווער ס'האט "עכט" גענומען א תהילים צוליב א קאפי\פעיסט, זאל אויפהייבן די הענט. אבער נאר ווער ס'האט 'עכט'...

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 6:03 pm
דורך איש את רעהו
שוין א לאנגע צייט וואס די רבי איז נישט אנוועזנד אינעם שטאט
מודעה עצרת תפילה והתעוררות.jpg





ווער פירט אצינד דעם ציבור ?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2018 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
נא להתפלל בעבור האברך החשוב ר' משה אליעזר בן הינדא ליכטמאן (סטעטן איילענד) איידעם פון העסקן ר' מענדל ראזענבערג ( ב"פ חסד של אמת), איז שווער פארוואונדעט געווארן אין אן עקסידענט היינט אין סטעטן איילענד, און געפינט זיך אין א שווערע קריטישע מצב.

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2018 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
צו זאגן תהילים פאר האברך החשוב ר' משה אליעזר בן הינדא ליכטמאן
http://tehilimyahad.com/mr.jsp?r=2yBjJNU4NPA

נשלח: מוצ"ש יוני 23, 2018 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 10:37 pm
דורך שבת אחים
חתם סופר האט געשריבן:נא להתפלל בעבור האברך החשוב ר' משה אליעזר בן הינדא ליכטמאן (סטעטן איילענד) איידעם פון העסקן ר' מענדל ראזענבערג ( ב"פ חסד של אמת), איז שווער פארוואונדעט געווארן אין אן עקסידענט היינט אין סטעטן איילענד, און געפינט זיך אין א שווערע קריטישע מצב.


א פיינע אינגערמאן. כ'קען אים און זיין משפחה (כ'געדענק נאך זיין פאטער הרה"ח ר' שמואל ליכטמאן ז"ל - מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי - אוועק יונגערהייט ל"ע. זיין זיידע איז דאך געוועהן די באוואוסטע רעכטע-האנט פונעם אהב"י הרה"ח ר' יחיאל שטיינמעץ ז"ל. און דורך זיין שווער'ס זייט ר' מענדל ראזענבערג איז ער א אייניקל פון הרה"ח ר' יודל עביר ראזענבערג ז"ל פון די נענטסטע מענטשען צום סב"ק כידוע.)

ער איז געפארן מיט זיין ביציקל און האט פארלוירן קאנטראל און אריינגעזעצט אין א געפארקטע קאר. זיין מוח איז געשוואלן, דאקטוירים ווארטן אז די געשווילאכץ זאל זיך אויסהיילן צו קענען פונקטליך אנאליזירן דעם מצב. ער איז אין קאלאמביע שפיטאל. מיר האפן אז ער וועט האבן א רפואה שלימה בעז"ה בקרוב ממש.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
נישט קיין געפארקטע קאר. די קאר האט געמאכט א לעפט טוירן און האט נישט געyield'ט פאר די בייק

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 10:47 pm
דורך שבת אחים
חתם סופר האט געשריבן:נישט קיין געפארקטע קאר. די קאר האט געמאכט א לעפט טוירן און האט נישט געyield'ט פאר די בייק


Wow... שוידערליך. וואס איז זיין מצב יעצט?

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:52 am
דורך אבו עלא
()

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 8:00 am
דורך קורקלענד
ביטע נישט פאר'צימעס'ן. דאנקע שיין.