[center]טעפעטאלק
[/center]
טעפעטאלק איז נישט אונזער ערפינדונג, דאס איז א עפפ וואס מ'קען דאונלאדן פאר עפל און ענדרויד סמארטפאונס, און איז ספעציעל געמאכט אז פארומס זאלן האבן א געשמאקע מאביל עקספיריענס. קאווע שטיבל איז ביז היינט נישט געוועהן געהעריג קאמפעטיבל מיט טעפעטאלק, אבער נאך אסאך ארבייט קענען מיר מעלדן די פרייליכע בשורה אז מ'קען שוין דאונלאדן טעפעטאלק אויף צו נוצן פאר קאווע שטיבל.
פאר ענדרויד קליקט דא
פאר אייפאון קליקט דא
טעפעטאלק האט געוואלדיגע מעלות, וואס נאכ'ן זיך צוגעוואוינען דערצו וועט אייער קאווע שטיבל מאביל עקספיריענס זיין גאר געשמאק.
טייל פון די מעלות:
- זייער גרינג צו ליינען און שרייבן, אפטימייזד פאר'ן טעלעפאן
- תגובות שטעלן זיך ארויף כמעט אזוי גרינג ווי אין וואטסעפפ
- זייער גרינג ארויפצולייגן בילדער
- גוטע נאטיפיקעישאנס סיסטעם
- מ'קען גרינג שרייבן אישי מעסעדזשעס אהין און צוריק
- זייער גרינג צו לייקן
- יו טוב קליפס זעען זיך זייער געשמאק
חסרונות:
- עס נעמט אביסל צייט זיך צוצוגעוואוינען צו דעם נייעם אויסשטעל
- יעדע מאל וואס מ'לייגט ארויף א תגובה, קומט צו א קעפל
- מ'קען נישט טעגן (אבער פון די אנדערע זייט באקומט מען א אויטאמאטישע נאטיפיקעישאן ווען מ'ווערט ציטירט)
די מנהלים האבן שוין אויספראבירט דעם עפפ פאר א שטיק צייט מיט גאר גוטע רעזולטאטן. יעצט ווען די גאנצע ציבור וועט דאס אנפאנגען נוצן וועלן אוודאי אפירקומען פרישע פראגעס און אישוס, און מיר וועלן עס צוזאמען דא דורכטוהן בדיבוק חברים.
מיר ווילן בעטן אז מ'זאל נישט ווערן נערוועז אויב מ'כאפט נישט תיכף ווי אזוי עס ארבייט. יא, עס איז א נייע פלאטפארמע, און עס קען נעמען אביסל צייט זיך צוצוגעוואוינען. אבער עס לוינט זיך!!
יעדער איז מכובד דא ארויפצושטעלן זיינע פראגעס און ספיקות, און מ'וועט צוזאמען אויסקלארן אלע קווענקעלנישן.