די עבודה פון זיך נישט רעגן ביים ליל הסדר
נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 3:44 pm
[justify]אין דער אשכול האט זיך ערווארבן א שמועס וואס פארלאנגט זיך אן עקסטרע אשכול דערפאר.
הקדמה: איך מאך נישט אוועק דער ענין פון זיך נישט רעגן ביים סדר, איך פארשטיי גוט וואס פאר א גוטע השפעה עס קען האבן. איך וויל פשוט ארויסברענגן מיין נקודה כדי מען זאל עס האלטן פאר די אויגן ווען מען ארבייט אויף זיך נישט צו רעגן.
מען גייט צום סדר מיט גרויסע ערווארטונגען. מען וויל מאכן זיכער אז אלעס זאל קלאפן כדי די קינדער (אלעס טוט מען דאך פאר די קינדער... א שמועס פאר זיך) זאלן אלעמאל האבן גוטע זכרונות פון די סדר נאכט. ווען אימער דאס קינד וועט זיך נאר דערמאנען פון די יוגענט, די סדר נאכט ביים טאטע'ן אין שטוב, וועט עס זיי מאכן פילן גוט. אפילו אויב ח"ו דאס קינד וועט גליטשען וועט זיך דאס קינד דערמאנען פסח אויפדערנאכט פון די זיסע געשמאקע סדרים און דאס וועט האלטן דאס קינד ביי אידישקייט. אויך האפט מען אז אזוי וועלן די דברי אמונה אריינדרינגען צו די קינדער אין די הערצער.
דאס זענען צוויי זייער חשוב'ע אבדזשעקטיווס.
וממילא, פלאנט מען פון פאראויס אז בדיקת חמץ אויפדערנאכט וועט שוין די גאנצע סדר טיש זיין גרייט אויף קדש, אזוי אז ערב פסח זאל מען זיך קענען אפריען אפאר שעה, זיך רואיגערהייט פארקוקען וכו'. מען ברענגט אריין א גרעסערע טיש אינעם דיינינג רום כדי אז עס זאל זיין גענוג פלאץ פאר די מצה טאשן, הגדות און בעכערס, אזוי אז עס זאל זיך נישט גיסן קיין וויין פון אלע זייטן. מען באשטעלט זעקס מיני גרעיפ דזשוס אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידן. מען גרייט צו דריי מיני כרפס אז אפילו די קליינע קינדער וואס האבן נישט ליב קיין רעטעך זאלן אויך קענען יוצא די מצוה. מען שמועסט אפ מיט די ווייב און קינדער די פונקטליכע פלאן טריט ביי טריט. אזויווי די טאטע וועט אהיים קומען וועט מען גלייך מאכן קידוש, די קיטל וועט הענגן ביים טיר. א יעדעס קינד קען זאגן נאר צוויי תורות בשעת די הגדה, די איבעריגע וועט מען צוטיילן צווישן די סעודות פון יו"ט. מוישי וועט אנגיסן די ערשטע כוס פאר אלעמען, רבקי די צווייטע א.א.וו.
בקיצור, אלעס איז גוט אויסגעפלאנט. למעשה נישט אלעס קען מען אויספלאנען. למשל, מען האט זיך נישט געקענט אויסרעכענען אז די פיר יעריגע, וואס פראקטעצירט שוין די מה נשתנה פאר פיר וואכן, זאל פלוצלינג באקומען הויכע פיבער און מען זאל מוזן ארומלויפן פאר די סדר צו די שכנים טרעפען אביסל מאוטרין. מען האט זיך נישט געקענט רעכענען אז די שווער וועט דיר טרעפן אין די גאס אויף די וועג אהיים נאך מעריב און געבן א פליק אריין איבער דיין מאכן ביידע סדרים אין דער היים, ווען ער איז די ערשטע צען יאר געגאנגן ביידע סדרים צו זיין שווער.
אבער פארט, עס איז פסח אויפדערנאכט, שמירסט ארויף א ראבאטישע שמייכל אויף די ליפן, דו גייסט נישט לאזן אזעלכע קלייניקייטן ווי די קליינער'ס מאוטרין און די שווער'ס מדות זאל שטעלען דיינע קינדער'ס אידישקייט אין געפאר. שמירסט ארויף א ביטערע שמייכל אויף דיינע טרוקענע ליפן, דו זעצט דיר רואיגערהייט אויף די היסב בעט מיט א בני יששכר, ברומסט דיך אונטער די פאריעריגע הקפה ניגון און מ'ווארט. דערווייל הייבן אן די קינדער צו ווערן נערוועז, יענקי שרייט, "טאטי, קענסט הייסן רבקי אויפהערן ארומבורדעווען?" דו גיבסט א טיפע אטעם אריין און די שטעלסט אן דיין רואיגסטע קול וואס דו פארמאגסט נאר, דו סאונדסט אזויווי איינער וואס האלט אינמיטען איינגעשלעפט ווערן צו אן אפעראציע און דו זאגסט, "רבקי, בארואיג דיך אביסל, עס איז נישט שיין אזוי זיך אויפצופירן".
דיינע קינדער קוקן דיך אן ווי דו ביזט געפאלן פון די לבנה, אבינו זה לא ידענו מה היה לו. ער עקט מאדנע, ער רעדט מאדנע, ער האט די creepiest שמייכל אויף זיין פנים. די קינדער הייבן אן זיך צו פילן אומבאקוועם, און זיי אליין הייבן אן צו עקטען מאדנע. זיי זעצן זיך אלע ארום די טיש און נעמען ארויס זייערע הגדות און תהלים'לעך. זיי רעדן איינער צום אנדערע אין whispers. זלמי צוהיסט זיך און ער פרובירט שטארק צוצודעקן זיין מויל אז זיינע היסן זאלן זיין שטילער אביסל, זיין פנים ווערט רויט און פערפעל. רבקי דרייט זיך אויס און גוט אים א שטרענגע בליק ווי צו זאגן, ביסט משוגע? פארוואס היסט דו? דו ווייסט נישט אז עס איז פסח ביי די נאכט.
און אזוי גייט עס ווייטער. דו שטעלסט דיך זאגן קידוש מיט א שמייכל, אן ערענסטע שמייכל, א שמייכל פון התרוממות. ביים גאנצע סדר ביסטו זייער זייער זייער זייער רררוווואאאיג, ווי כאילו האסט איינגעשלינגען א פלעשל פראוזעק. אפילו ווען די קינדער שטיפן זיך אביסל, גיסן אויס דא און דארט, זאגן מער תורות ווי געפלאנט, און די זייגער רוקט זיך שנעל. דו האסט טאקע מחליט געווען אז דו וועסט נישט מוותר זיין אויף דיין רואיגקייט און פרייליכקייט פאר די מנהג צו עסן אפיקומן פאר חצות, ענדערש עסן נאך חצות ווי איידער זיך רעגן און ריסקען דאס אידישקייט פון די קינדער. אבער ענדיגן די סדר צו שפעט איז אויך נישט גוט, דו ווילסט דאך נישט אז די קינדער זאלן פילן אז דו פירסט א צו אויסגעצויגענע סדר.
איך קען ווייטער ממשיך זיין מיטן ממחיש זיין די "רואיגער פרייליכע" סדר, אבער נאך אזא מעשה דאכציך מיר אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז ערגעץ צווישן צפון און הלל וועט זיין אן אויספלאץ וואס וועט רעזולטירן אין יענקי שטויסן רבקי וועלכע וועט שטופן זלמי וואס וועט דיר מאכן שרייען און זיך רעגן. אלע דריי קינדער וועלן וויינען, דיין ווייב וועט בלאזן און דו וועסט דיר נישט קענען מוחל זיין פארוואס דו האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן ביז סוף סדר. אויך וועסטו נישט קענען מוחל זיין דיינע קינדער פארוואס זיי האבן געמוזט ראונירען דיין אזוי-גוט-געפלאנטע סדר.
דאס פלאנען צו זיין רואיג ברענגט אן אנגעצויגנקייט. דאס "מוזן" זיין פרייליך מאכט עס creepy. אזוי ווי איך האב פריער געשריבן, עס איז נישט קיין גרעסערע עבירה דער נאכט זיך צו רעגן מער ווי אנדערע נעכט. מען דארף זיין נארמאל. אזוי ווי דו ביזט אנדערע נעכט אזוי זאלסטו זיין די סדר נאכט און דיינע קינדער זאלן אויך אזוי זיין. נאטירליך. איינער וואס איז א גערעגטע א יעדע נאכט וועט אין די סדר נאכט פאר קיין געלט נישט קענען אפקויפען זיינע קינדער. אדרבא, זיינע קינדער וועלן ריזענטען די סדר נאכט, זיי וועלן אלעמאל געדענקן אז דער שלאק האט אין די סדר נאכט געשפילט וואוילע טאטע כדי זיי אונטערצוקויפן. עס איז גארנישט שלעכט זיך צוצוגרייטן פון פאראויס און פרובירן אראפ צו נעמען פרעשור פוןדי ליל הסדר, אבער מען דארף זיין פארזיכטיג אז דאס אליינס זאל נישט ווערן קיין פרעשור.
זייט נארמאל, זייט נאטירליך און העוו א גוט טיים! (הערסט הוגה?)
.[/justify]
הוגה האט געשריבן:פארוואס טאר מען זיך נישט רעגן פסח ביינאכט? עכ"פ אנדערע נעכט מעג מען מער ווי פסח ביים סדר? מען דארף נישט עקטען ווי א סינטעטישע ראבאט ביים סדר, מען דארף זיין נארמאל.
עס איז העכסט נאטירליך אז פסח ביים סדר, פונקט ווי יו"כ ביי כל נדרי, אדער א בר מצוה בחור'ל ביים ערשטע תפילין לייגן, אז מ'פילט דערהויבן מער ווי געווענטליך און ממילא איז מען איידלער, מער פרייליך, ווייניגער בהקפדה וכדומה. אבער עס איז נישט דא קיין מצוה צו זיין דערהויבן, נישט צו רעגן וכו'.
שמעקעדיג האט געשריבן:פשוט ווייל ביים סדר נאכט קען אויסקומען 101 סיבות מער זיך צו רעגן ווי א גאנץ יאר,
און אויכעט א גאנץ יאר אז מען בייזערט זיך קען מען זיך צומארגנס בארוהיגן; משא"כ ביים סדר קען עס חרוב מאכן די גנצע נאכט אויף וועלכע די קינדער קוקן שוין אזוי ארויס .