בלאט 1 פון 2

"מים חיים" פאנגט אהן שרעק-ווארפען קאמפיין

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 11:54 am
דורך [NAMELESS]
מיט אונזערע נאאיווע מאמע'ס קען מען ליידער טוהן וואס מ'וויל. אבער דאס איז שוין א חוצפה נורא!!!

Re: "מים חיים" פאנגט אהן שרעק-ווארפען קאמפיין

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:16 pm
דורך יואב
א חרפה!

איך הער אבער אז תהלים כולל פלאנט אריינצוגעבן א לאו-סוט קעגן מים חיים. ערשטנס איז די מעשה געשען ביי זיי, און דער דאקטאר האט געזאגט אז מ'זאל גיין צו תהלים כולל, און נישט טרינקן קיין וואסער בכלל – א זאך וואס פאר מיר אידן איז בכלל נישט קיין חידוש, ווייל מיר ווייסן דאך שוין מדורי דורות אז אין מים אלא תורה.

צווייטנס, די דאקטורים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, איז ווי שעמט זיך נישט די פירמע "מים חיים" צו פארשפרייטן כפירה און וואשן די מוחות פון תמימות'דיגע אידן?

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:21 pm
דורך געוואלדיג
יארן צוריק איז עס געווען די כשר'סטע, און היינט די געזונסטע...

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:31 pm
דורך שמעון וואלף
כ'האב נארוואס געזעהן צעטלעך אין ביהמ"ד אז גדר איז די מהודרת'דיגע פילטער. מיינט דאס אז מים חיים ניצט גדר?

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:36 pm
דורך יואליש
ס'איז בלויז נאטורליך אז ביזנעס זאל נאכפאלגן די סוקסעס פון די צניעות און אנדערע "מעוררים" קאמפיינס. כולל חצות און די קאמערציעל סגולה אינדוסטרי האט טאקע א מאסקע פון א רעליגיעזע ענטערפרייז אבער זיי זענען נישט מער פון א פארבריק מלא ספרים, און פאר זייער פראפיטן עביוזן זיי דעם ציבור'ס טרענירטע נאיווע מוחות. פארוואס דילדן מיר אדערטייזמענט פון צרות-פעדלערס וועלכע פארעכטן אלעס פון בעט נעצן, ביז קענסער ביז "פחדים", הכנות פראבלעמען און שלום בית און זעלבסזיכערקייט? אז ס'איז ערלויבט צו פיטערן דעם עולם מיט ארבעים יום שיר השירים אנעקדאטן, וואס איז שוין אז מים חיים מאלט וואסער פאר אומגעפילטערטע געבעקסן?

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:38 pm
דורך יואליש
יואב האט מיך אויסגעה(כ)אק(פ)ט.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:43 pm
דורך משבק
יעצט איז ערווארטעט א פלייץ פון בריוון פון "געטרינקען פערציג טעג מים חיים און געהאלפן געווארן " סאיז נאר נאכנישט קלאר אויף וועלכע פארמאט צו דבר יום ביומו קלאסיפיידס אדער ווידמען א וועכנטליכע קאלום אין לוח המודעות מעט שוין זען .#טפשות.

טשעלענזש צו "מים חיים"

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:44 pm
דורך יואליש
"מים חיים": גיב אונז א נאמען פון די דאקטאר, נאמען פון די מחלה, נאמען פון קאמפעטישאן וועם די דאקטאר האט באשולדיגט אין גורם זיין די פארהוילענע מחלה?

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:48 pm
דורך געוואלדיג
סתם פאר מיין טפשות, וויאזוי איז א פילטער גורם א קרענק? מיילע נישט פילטערן אבער א פילטער, אתממהה,
ועל דא קא בכינא א קשיא אויף א מעשה

פאלאנד ספרינג אדווערטייזמענט נעקסטע וואך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 12:58 pm
דורך יואליש
איבער די סכנה פון מים חיים'ס Ozone Filtration. די "מים חיים" שטארקע פילטר עלויבט נישט צוטריט צו וויקיפעדיע. אבער א געוויסע גרויסע דאקטאר אין שטאט האט אונז ארויסגעפרינט א שטיקל פון די טריפה'נע אינטערנעט איבער "מים חיים" אוזאון פילטערינג פראצעס און איר סכנה.

Although fewer by-products are formed by ozonation, it has been discovered that ozone reacts with bromide ions in water to produce concentrations of the suspected carcinogen bromate. Bromide can be found in fresh water supplies in sufficient concentrations to produce (after ozonation) more than 10 parts per billion (ppb) of bromate — the maximum contaminant level established by the USEPA.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:10 pm
דורך יואליש
אן אנדערע אומגעפילטערטע וועבזייט זאגט אויס די סוד אז כמעט אלע ספרינג וואסער קאמפעניס נוצן די אוזאון רייניגונג פראצעס. בלייב איבער אז מים חיים'ס מעלה איז אז ס'איז נתייסד געווארן דורך יוסל אשכנזי ע"ה.

Ozone water purification accounts for more than ninety percent of the world’s purified water and most bottled waters are treated by ozone.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:13 pm
דורך מאטי
כ'האב לעצטענס צוגעהערט צו צען צען ווינס קאמערציאלן, הער איך דארטן ווי פאלגענד; רוקן ווייטיג ווערט מיסטעריעז פארשווינדן דורך געוויסע נישט ביליגע מאטראצן, אויסגעקראכענע קעפ שפראצן פלוצלינג וואונדערליך צוריק דורך געוויסע כאמיקאלע פליסיגקייטן, בעלי חובות ווערן ספאנטאניש אויפגעראכטן דורך עטליכע סעסיעס מיט פינאנציעלע מדריכים. רוב פון די אויבן דערמאנטע איז אומזיסט, בלויז א מינימאלע האנדלונג אפצאל.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 1:14 pm
דורך משבק
גאנץ א געריבענער סוחר דער מים חיים אדער די קאנסולטענט\מארקעטער\ געלט מאכער . זיינע . פאר לאנגע יארן האט ער פארסמט דעם עולם מיט די זייער שעדליכע היי פרוקטאז סאדעס . אין די לעצטערע צייטן איז דאך דער עולם מער עדזיוקעטד . איז די ביזנעס שטארק געפאלן . וואס טוט מען? מעט איבערדרייען דעם דאשיק .און זיך ארויסלאזן אויף א געזונטהייט קאמפיין. וויאזוי האט דער רבי געשריגן? די צינדער איז געווארן די לעשער

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
לויט מיינע אינפארמאציע האט באר מים געפירט א שמוציגע קאמפיין "אונטערן טיש" וואס קיינער רעדט נישט דערפון, אבער רוב האלל'ס און בעלי שמחות וועלן נעמען באר מים צי ווייל עס איז אפאר צענט ביליגער צי ווייל מען לייגט פרעשור, ממילא מוז (?) מים חיים טון אנדערע טאקטיקן כדי צו בלייבן אין ביזנעס.

און ווי שוין געשמועסט אין אן אנדער אשכול, איז באר מים בכלל נישט קיין גוטע טעם סאדע, מים חיים פאקט עס איין ביי יעדע פלעיוואר באזונדער.

דאס גיט נישט קיין בארעכטיגונג צו פארקויפן לאקשן פארן עולם, אבער עט ליעסט איך קען פארשטיין ווי אזוי זייער קאפ ארבעט. און אדרבה, אויב איז איינער גרייט צו געבן א בעסערע עצה, בין איך זיכער אז זיי וועלן זיך צוכאפן דערצו....

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:01 pm
דורך petergrifin
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס גיט נישט קיין בארעכטיגונג צו פארקויפן לאקשן פארן עולם, אבער עט ליעסט איך קען פארשטיין ווי אזוי זייער קאפ ארבעט. און אדרבה, אויב איז איינער גרייט צו געבן א בעסערע עצה, בין איך זיכער אז זיי וועלן זיך צוכאפן דערצו....


זײ זאלן אנהײבען פארקויפען מים אחרונים, זאלץ װאסער,מים שלנו, װאסער צי גיסן בײם טאנצן װיװקחימסוף, װאסער
פאר ושאבתם מײם בששון, מקװה װאסער, און הײליגע װאסער.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:09 pm
דורך יין שרף
האסט אויסגעלאזט סוטה וואסער און שפרענג וואסער פארן רויטן קוה (אפשר אויך אביסל פארשוועמונג וואסער פון נח׳ס צייטן פארן ליאשנער רבי...)

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:17 pm
דורך יאיר
אין אנדערע נייעס, מים חיים האט געמאלדן אז די שעדליכע פלארייד הנודע לשמצה וואס פארטעמפט די מוחות פון די מאסן ווערט נישט אריינגעלייגט אין זייערע וואסער.

אגב, עס איז זיס צו זען ווי מים חיים שרייבט דער "מעדיצינישער" בעניפיט פון זייער וואסער לויט דעם נוסח וואס זיי זענען געוואוינט אין דערציילונגען פון צדיקים. מ'איז געגאנגען צו א צדיק וועגן א געשווילעכץ וואס מ'דארף אפערירן, דער צדיק האט געפרעגט אויב מ'האט פערצופאל נישט געפוצט די זילבער מיט די לינקע האנט, נאך חקירות ודרישות האט זיך ארויסגעשטעלט אז יא. דער צדיק האט געהייסן מען זאל פוצן מיט די רעכטע האנט. די נעקסטע וואך האט דער דאקטאר גענומען אן עקס רעי, און ווי וואונדערליך, די גאנצע געשווילעכץ איז ווי אין וואסער אריין. דער דאקטאר האט דעמאלט זיך אויסגעדרוקט: "איך בין נישט קיין מאמין אין מופתים, אבער דא מוז איך מודה זיין אז אצבע אלקים היא." ויהי לפלא.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:25 pm
דורך יואב
יאיר האט געשריבן:אין אנדערע נייעס, מים חיים האט געמאלדן אז די שעדליכע פלארייד הנודע לשמצה וואס פארטעמפט די מוחות פון די מאסן ווערט נישט אריינגעלייגט אין זייערע וואסער.

אגב, עס איז זיס צו זען ווי מים חיים שרייבט דער "מעדיצינישער" בעניפיט פון זייער וואסער לויט דעם נוסח וואס זיי זענען געוואוינט אין דערציילונגען פון צדיקים. מ'איז געגאנגען צו א צדיק וועגן א געשווילעכץ וואס מ'דארף אפערירן, דער צדיק האט געפרעגט אויב מ'האט פערצופאל נישט געפוצט די זילבער מיט די לינקע האנט, נאך חקירות ודרישות האט זיך ארויסגעשטעלט אז יא. דער צדיק האט געהייסן מען זאל פוצן מיט די רעכטע האנט. די נעקסטע וואך האט דער דאקטאר גענומען אן עקס רעי, און ווי וואונדערליך, די גאנצע געשווילעכץ איז ווי אין וואסער אריין. דער דאקטאר האט דעמאלט זיך אויסגעדרוקט: "איך בין נישט קיין מאמין אין מופתים, אבער דא מוז איך מודה זיין אז אצבע אלקים היא." ויהי לפלא.

:like

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:48 pm
דורך כפתור
אזוי צו אזוי, ער האט באקומען די נויטיגע אטענשאן. רב שמעקעדיק האט עס שוין געלייקט (בערצופאל האלט איך אויך אזוי), און ס'איז שוין דא א דיסקאשען

Re: "מים חיים" פאנגט אהן שרעק-ווארפען קאמפיין

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
וואס וועט זיין מיט gluten free &auger free וואסער? שוין דא צו באקומען? אויב נישט זאל איינער דא אריינגיין אין ביזנעס

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:16 pm
דורך פליקער
איך טרינק סינק וואסער כסדר, און בין נישט מיסטרעיז חולה, און דער דאקטאר פרעיגט צי איך בין וויליג מודה זיין אויב איך טרינק מים חיים, און בין נישט מודה, דער דאקטאר פארשטייט נישט פארוואס נישט.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:23 pm
דורך יואליש
פליקער האט געשריבן:איך טרינק סינק וואסער כסדר, און בין נישט מיסטרעיז חולה, און דער דאקטאר פרעיגט צי איך בין וויליג מודה זיין אויב איך טרינק מים חיים, און בין נישט מודה, דער דאקטאר פארשטייט נישט פארוואס נישט.


חכם, דיין סינק וואסער איז דאך שטרענג געפילטערט מיט ווייסע זאקן'לעך.

נאך פסח גייט מים חיים רעקלאמירן אז איר וואסער איז "געפילטערט נאך פסח תשע"ה". און איז בלי חשש נסך או מבושל. ווי אויך אז "מים חיים" זיפט איר וואסער און באקוקט די וואסער.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:25 pm
דורך געוואלדיג
יואליש האט געשריבן:מים חיים זיפט איר וואסער.


זיפט פון איהר וואסער...