אבזערוואציעס איבער כוללים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6636 מאל

אבזערוואציעס איבער כוללים

שליחה דורך הוגה »

[justify]מעשה שהיה:

איך שטיי און דאווען געמיטליך אין מיין קביעות'דיגע זעקס-דרייסיג מנין און פון די זייט פון מיין אויג באמערק איך ווי דער פאנדרעיזער פון סאטמארער כולל שלענגעלט זיך אדורך צווישן די מתפללים, שטעלט זיך אפ ביי יעדן איינעם און גיבט זיין געווענליכע שפיל, אין א פארזוך ארויסצושנארן אפאר דאללער לטובת החזקת הכולל.

אבזערווירענדיג אים ווי ער טיילט אויסגעפולטע receipts רעכטס און לינקס, האב איך מיר נישט געקענט צוריקהאלטן פון וואונדערן אויב דער איד האט דער מינדעסטע אהנונג ווי אויסטערליש קאמיש עס איז צו שנארן געלט פאר מענטשן וואס שלאפן זיך זייער געמיטלעך אין בעט זעקס דרייסיג אינמיטן די נאכט, פון מענטשן וואס האבן די מאטיוואציע און קוראזש אויפצושטיין פרי און ארויסגיין טון עפעס פאר פרנסה. צו קאלעקטן געלט פאר מענטשן וואס ווארפן אראפ פון זיך א יעדע יאך פון אחריות וואס זיי האבן צו זייער שטוב, פון מענטשן וואס טוען וואס עס פארלאנגט זיך פון זיי.

עס איז געווען צו פרי אינעם טאג זיך אריינצולאזן אין א דעבאטע, האב איך געגעבן א שאקל מיט די קאפ, א גלייז מיט די אויגן און א מאך מיט די האנט, ווי צו זאגן אז איך האב נישט, האפענדיג מיט דעם גרינג פטור צו ווערן פון אים. אבער אנדערש ווי די חשוב'ע כולל יונגעלייט וואס זענען נאכנישט געווען בעלמא הדין, איז דער פאנדרעיזער געווען אויף און פעסט געארבייט אין דער פריע שעה. און ער האט גאנץ פיין געטויגט דערצו, איך מוז זאגן. ער איז נישט געווען גרייט מיך אראפצולאזן פון די hook אזוי גרינג און ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז איך זאל אהיים נעמען אן ענוועלאופ און אריינשיקן א שיינע נדבה פאר די טויזנט יונגעלייט וואס לערנען אין סאטמארער כולל.

"טויזנט יונגעלייט?" פרעג איך ווען איך עפן א פאר ברייטע אויגן. "טויזנט מיט דריי זיראוס?" א ברייטע שמייכל האט זיך באלד אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט, טראכטנדיג ביי זיך אז עס איז דא אנגעטראפן א גוטע פישל מיט וועם עס איז דא וואס צו רעדן. מיט א פעסטע קאנפידענט שטימע חזר'ט ער איבער מיינע ווערטער, "יא! טויזנט מיט דריי זיראוס! עס לערנען העכער טויזנט יונגעלייט!" זאגט ער מיט פאטאס, האפענדיג אז איך וועל אים אריבערגאפלען א בנימין פראנקלין אדער צוויי.

"זיי טראגן נישט קיין שום אחריות?" פרעג איך ווייטער מיט א רואיגע שטימע. "וואו איז זייער אחריות צו זייערע ווייבער, צו זייערע קינדער, צו זיך אליינס? וויאזוי מעגן מיר טאלערירן א פריקת עול אויף אזא מאסן פארנעם?" דא איז ער שוין געווארן אביסל פארלוירן היות ער איז נישט געווען גרייט אויף אזא קאנפראנטאציע, און פרובירנדיג זיך צו אריענטירן אביסל זאגט ער "זיי לערנען אלע מיט א געוואלדיגע התמדה". "אזוי?" פרעג איך, "וואו זענען די טויזנט מורי הוראה? וואו זענען די ספרים וואס זיי האבן פארפאסט? און אפילו לאמיר זאגן אז זיי לערנען יא בהתמדה, טוט דאס דען בארעכטיגן דאס אומ'אחריות?"

דער פאנדרעיזער האט ארויסגעוואקט פון די מנין איבערלאזנדיג א האלבע מנין אומגעשנארעט.

עד כאן שמעתי מידידי בעל העובדא.

--

דער נושא פון כוללים און דער מנהג אז יונגעלייט נאך די חתונה גייען אין כולל אנשטאט גיין ארבייטן אדער זיך לערנען א פאך, האט אין זיך פארשידענע אספעקטן און angles וואס מען קען דן זיין און אויסשמועסן. איך גלייב נישט אז איך וועל אנרירן אלע נקודות, איך האף אז אנדערע וועלן צולייגן וואס זיי פארשטייען און צוזאמען וועט ארויסקומען דא א דבר השלם.

יארן צוריק האט א יעדער איינער געוואוסט צו זאגן אז דער סאטמארער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון כוללים. האסט געפרעגט עניבאדי האט ער געוואוסט צו זאגן אז דער רבי האט געהאלטן אז מ'שטופט סתם די צייט, ענדערש זאל מען גיין ארבייטען. ער האט נישט געקענט דערליידן אז מען שטייט אויף שפעט און מען דרייט זיך און פרייט זיך ווייל מען האט נישט קיין עול הפרנסה. אנדערע האבן געוואוסט צו זאגן אז דער סאטמארער רבי האט געהאט גענוג א ברייטע וויזיע צו וויסן אז צו קענען בויען חרדי'שע אידישקייט אין אמעריקא פעלט אויס געלט, און ממילא האט ער געוואלט אז זיין עולם זאל האבן פרנסה. וכך הוה.

היינט ווייסט אויך יעדער איינער צו זאגן אז דער סאטמארער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון לערנען אין כולל, אבער מען ווייסט אויך צוצולייגן אז "היינט איז אנדערש". מיט וואס איז היינט אנדערש? וואס הייסט מיט וואס, מיט דעם אז סאטמאר האט כוללים פון העכער טויזנט יונגעלייט. אפשר זאגט מיר איינער וואס האט זיך געטוישט אז היינט מעג מען שוין יא בטל'ן אזויפיל יארן, אדער אז היינט דארף דער עולם נישט זיין פינאנציעל סטאביל? מען דארף שוין נישט די געלט? מען לערנט היינט פלייסיגער ווי אמאל?

איינער זאגט מיר אז די נסיונות זענען היינט גרעסער, און א ניינצן יעריגע יונגערמאן האט נישט די כוחות זיך צו ספראווען דערמיט, ממילא מוז ער בלייבן אין בית המדרש. איך פארשטיי נישט. אויב קען ער זיך נישט ספראווען דאן פארוואס האט ער חתונה? ועוד, צו דען דארף מען היינט גיין אין מאנהעטן פאר זונות? א יעדע כולל יונגערמאן קען זיך דרייען מיט זונות אין זיין טאש. פאר דער וואס קען נישט ביישטיין די נסיונות העלפט נישט דאס בלייבן אין כולל.

לדעתי איז די כולל פענאמענאן פון די ערגסטע קענסערס אין די חרדי'שע געמיינדע. רוב רובם פון די יונגעלייט גייען נאר אין כולל ווייל מען מוז גיין, ווייל זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה. ווען דער יונגערמאן האט שוין דעם אומץ זיך ארויסצולאזן פון כולל צו טון עפעס פאר פרנסה נאך א דריי-פינף יאר, האלט ער שוין נאך א 2-4 קינדער, די הוצאות הבית זענען שוין גאר הויך, און ער האט שוין אנגעזאמעלט א צען טויזנט דאלער חובות. ממילא, מאכט נישט קיין סענס פארן יונגערמאן אנצונעמען אן ענטרי לעוועל דזשאב פאר פינף הונדערט דאלער א וואך, ווייל זיין לעבן קאסט אים טויזנט דאלער א וואך. דער סייקעל פון חובות אדער לעבן אונטער געפערליכע דרוק פון פעיטשעק צו פעיטשעק ענדיגט זיך קיינמאל פאר א גרויסע טייל פון זיי, א גאנצע לעבן ליידן זיי פון דער פאר כולל יארן וואס זיי האבן אפגע'בטל'ט און עס איז זיי גארנישט געבליבן דערפון.

דאס איז אויסער די נעגאטיווע תוצאות אין די דריי יאר זעלבסט וואס מען איז טאקע געווען אין כולל. אין די דריי יאר האט ער טאקע געלערנט און זיך פארהערט אויף גאנץ הלכות נדה, מסכת שבת און א שיינע פאר סמנים פון הלכות שבת. אבער ער האט אויך זיך געמוטשעט סיי מיט געלט און סיי מיט די שוועריגקייט פון זיצן געצווינגענערהייט און לערנען. ער האט זיך ערווארבן א געוואוינהייט צו שלאפן ביז ניין אזייגער אינדערפרי, א זאך וואס האט נישט געהאט א פאזעטיווע השפעה אויף זיין שלום בית, און עפעס וואס וועט אים נעמען שווערע מיה אויסצורייסן. ער האט זיך צוגעוואוינט צו א לעבן פון פארשלעפטקייט, אזש שחרית נעמט אים איבער צוויי שעה פון ווען ער וואקט אריין אין שול ביז ער גייט ארויס, און די דאווענען טייל איז ס"ה 25 מינוט דערפון.

מיר האבן נאכנישט אנגערירט די עצם ענין פון כולל אז עס האט נישט קיין שום פשט ומקור אין יומעניטי און אין יהדות. די וועלט האט א סדר, עס זענען אלץ דא א קליינע פראצענט וואס זענען סקאלערס זיי שטודירן חכמות פאר די עדווענסמענט פון סאסייעטי. אבער רוב המון עם פירן אן מיט די געהעריגע הלוך ילך פון פלאנצן, שניידן, באקן, קאכן, בויען, דעמאלישען, האנדלן און וואנדלן. עס איז אין היסטאריע נישט געווען אזא מושג אז אזא גרויסע פראצענט זאלן זיך ארויפלייגן, זיך מיט די פאמיליע, אלץ אן עול אויפן ציבור ווייל זיי ווילן לערנען, און די לערנען איז די אידיאל זעלבסט. ערשטענס, וואס איז די אידיאל פון לערנען פאר פינף יאר? צווייטענס, עס קען פשוט נישט אנהאלטן.

פאר דעם גיב איך נישט קיין געלט פאר כוללים. דער וואס גיבט געלט פאר כוללים האט א יד אין די עוולה וואס זיי perpetuate'ן, העלפט שטופן דעם וואגן ווייטער און ס"ה prolong'ט מען דעם inevitable. אז זיי וועלן נישט האבן אונזער שטיצע וועלן זיי נישט קענען אנגיין. די וועלט זאגט “Don’t kill the messenger”, אבער אמאל דארף מען יא קילען די מעסענדזשער און נאר אזוי קען מען אויפטון.

איר וועט מיר אוודאי פרעגן וואס שטערט מיר צו געבן געלט פשוט אז אידן זאלן האבן וואס צו עסן, צו צאלן רענט וכדומה. דער ענטפער איז אז מען דארף געבן צדקה פאר מענטשן אין נויט, אבער נישט אויף אן אופן וואס וועט העלפן די פראבלעם נאר ווערן ערגער. איך וואלט גערן געגעבן געלט פאר א איד וואס דארף אויף יו"ט אדער חתונה מאכן, אפילו אויב דער איז א כולל איד, אפגעזעהן צו ער לערנט פלייסיג צו נישט. אין בודקין וכו'. אבער פאר כוללים גיב איך נישט קיין פרוטה אחת, נישט פאר די כולל פון מיין שוואגער, נישט פאר די כולל פון מיין קהלה און נישט פאר די כולל וואו איך האב געלערנט.

און אז מען רעדט שוין לאמיר צולייגן נאך איין נקודה. טראכט גוט אריין אין די שוידערליכע irony צו שאפן געלט פון מענטשן וואס שטייען אויף זעקס אזייגער צופרי און פולן אן זייער צייט סיי מיט ארבייטן און אויספילן די אחריות וואס ליגט אויף זיי, און סיי מיט לערנען אין זייער איבעריגע צייט. דער פאנדרעיזער אליינס שטייט שוין אויף די פוס האלב נאך זעקס אינדערפרי בשעת דער כולל יונגערמאן (איך ווייס אז נישט אלע, אבער גענוג פון זיי) פאפט נאך אין בעט. איז דען דא א גרעסערע איראניע פון דעם? אמאליגע צייטן ווען מען האט אויסגעהאלטן עשרה בטלנים האט מען גערעדט פון מענטשן וואס זיצן יומם ולילה און הארעווען אריין על התורה ועל העבודה, נישט מענטשן וואס האבן צייט צו שמועסן, ליינען, פארברענגען, שלאפן וכו'. אין דער צייט קענען זיי דאך לערנען וואס זיי לערנען אין כולל, און נאך גיין ארבייטן פון ניין ביז פינף, פיר טעג א וואך.





.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר