בלאט 1 פון 2

ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
די אלע שמאל געפאסטע קליידער צעטלעך, בקשו רחמים פאר הרב וואזנער, איסור אויף פלעיס, דאס קאסט טויזענטערס! פון ווי קימט די געלט?
IMG-20150320-WA0110.jpg

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:03 pm
דורך שמעון וואלף
ס'ליגט מיר אין קאפ אז סאטמאר טשארשט אלע מעמבערס אפאר דאללער וואס גייט פאר התאחדות. איינער ווייסט אויב ס'גייט נאך אן?

קען זיין אז פון די געלט פון הכשרים, גייט אביסול אראפ פאר די צענטראלע קאסע.

אפשר וואלט אונזער ר' בערעלע געהאט מער אינפא, זייענדיג אזוי נאנט מיט ר' איצא'ן

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 3:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
הכשרים

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:05 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'ליגט מיר אין קאפ אז סאטמאר טשארשט אלע מעמבערס אפאר דאללער וואס גייט פאר התאחדות. איינער ווייסט אויב ס'גייט נאך אן?

קען זיין אז פון די געלט פון הכשרים, גייט אביסול אראפ פאר די צענטראלע קאסע.

אפשר וואלט אונזער ר' בערעלע געהאט מער אינפא, זייענדיג אזוי נאנט מיט ר' איצא'ן

שמעון וואלף: נישט נאר איך קען נישט פארענטפערן דיין קשיא, נאר איך האב נאך א סאך א הארבערע קשיא. פון וואו נעמען אט די הייליגע אידן מיט איצא שייגעץ בראשם דאס געלט צו פינאנסירן די אלע הפגנות און דעמאנסטראציעס קיין מאנהעטן און די באסעס קיין וואשינגטאן, די.סי. כדי צו שרייען אויף דעם ראש הכופרים ביבי נתניהו (שר"י, ימ"ש, עפ"ל, ארענדז"ש.) פוי...! מילא די געלטער וואס ער נעמט איין פון די הכשרים און די פאלשע דין תורה'ס, דאס לייגט ער דאך אין טאש. אבער קושיא קיימא. פון וואו נעמען זיי די גרויסע געלטער וואס די אלע שטותים קאסטן אפ...? אויכעט, ווער פינאנסירט די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא"...! ס'מוז זיין א פאר משוגעים מיט ברייטע טאשן וואס מ'רעדט זיי איין אז זיי וועלן גיין גראד אין גן עדן אויב זיי געבן געלטער אויף די אלע שטותים...! אפשר אין זעלבן גן עדן וואס זייערע פריינט און אחים לדעה, די פאלעסטינער רוצחים און מערדערס. די שאהידים, ...!

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:11 pm
דורך יין שרף
(לולא דמסתפינא אמרתי הערשל שרייבער)

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:13 pm
דורך פרייוויליג
די קשיא איז זאת ועוד, די אלע אבסורדע מוחאות ווי די פלעיס הנ״ל איז א עון בעל יכופר. ווייל קיינער נעמט נישט ערנסט די מוחאות און ווען עס איז שוין איינמאל דא א געהעריגע מוחאה לאכט די עולם. עס איז ממש א קינדער שפיל. ווען איך זע א צעטל פון התאחדות ברענגט מיך עס ארויף הומער.

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:24 pm
דורך פליקער
איך וואלט ענדערש ג'אסר'ט די טייערע פרייז וואס די שפיל קאסט
אמאל האט געקאסט א איינטריט צים שפיל צווישן פיפצן פאר א רעגעלע טיקעט ביז פערציג טולער פאר א ווי איי פי,
היינט איז א ווי איי פי הינדערט צוואנציג דולר, א פלעינע טיקעט איז מינימום פערציג דולר
דא איז דא שגץ שטיק, מנהסתם ווייל זיי גיבן געלט פאר סאכדעס צי פינאנצירן די עדווערטייזמענט איסור

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:31 pm
דורך אבי גערעדט
אלע קאמפיין שטותים ווייסעך נישט, אבער איך גלייב אז די פלעי איסור צעטלעך ווערט אראנדשירט און באצאלט דורך די פלעי אראנדזשירער, והא ראי' ווי נאר די פלעי אדווערטייזמענט איז ערשינען אויף די פאולס איז א טאג צוויי שפעטער ערשינען די איסור צעטל, האלטסט התאחדות האט שוין געהאט צייט צו מאכן א מיטונג און באשליסן ארויסצוגעבן ס'צעטל? אוודאי אז נישט

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:35 pm
דורך פליקער
וואס מיטינג, ווען מיטינג, פון וועים רעדסטו דא

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:38 pm
דורך פליקער
אינטערעסאנט גריידע ווי אזוי פירט התאחדות קענעדע, מילא ארצות הברית פארשטיי איך, זיי האבן דאך א הויפט קוואטיר אויף דעוויזשען עוועניו, וואס די געביידע האט מער שפין געוועיב ווי גאנץ קעטסקילס, אבער קאנאדע, דאס איז שוין חוצפה

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:40 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:אינטערעסאנט גריידע ווי אזוי פירט התאחדות קענעדע, מילא ארצות הברית פארשטיי איך, זיי האבן דאך א הויפט קוואטיר אויף דעוויזשען עוועניו, וואס די געביידע האט מער שפין געוועיב ווי גאנץ קעטסקילס, אבער קאנאדע, דאס איז שוין חוצפה

פאר'ן זעלבן געלט וואלט מען שוין געקענט צו דריקן ..."המלוכה המאוחדת ואויסטראליע-ניו זילאנד"...!

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 6:45 pm
דורך שמערל
ווען אימער איר זעט אזא מין צעטל, זייט וויסן אז א טאג פריער האט איינער פון די נגידים אפגעטוען א גרויסע זינד.

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 1:47 am
דורך איך אויך
קודם זאג מיר ווער זענען די קאנאדישע חברים אינעם אלייענס.

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 2:49 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:קודם זאג מיר ווער זענען די קאנאדישע חברים אינעם אלייענס.

א פאר סאטמערער אידעלעך וועלכע וואוינען אין מאנטריאל...און דאווענען אין סאטמאר'ע ביהמ"ד אויף האטשיסאן סטריט...!

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 3:19 am
דורך שאולדיספריםפאקער
פרייוויליג האט געשריבן:די קשיא איז זאת ועוד, די אלע אבסורדע מוחאות ווי די פלעיס הנ״ל איז א עון בעל יכופר. ווייל קיינער נעמט נישט ערנסט די מוחאות און ווען עס איז שוין איינמאל דא א געהעריגע מוחאה לאכט די עולם. עס איז ממש א קינדער שפיל. ווען איך זע א צעטל פון התאחדות ברענגט מיך עס ארויף הומער.

וואס מיינט ביי דיר א ערנסטע מחאה
פלארידע איסור ?
שמאל געפאסטע קליידער ?
ארטיסטן ?
עירוב ?
גראבונגען פון קברים ?
ווען אחז געוועהן די לעצטע מאל די האסט געזעהן א ערנסטע מחאה

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:13 am
דורך פרייוויליג
למשל מוחה זיין אויף בשר וחלב אדער אז מען טאר נישט הרג׳נען א מענטש אדער אז מען טאר נישט גנב׳ענען.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 3:42 pm
דורך ציבעלע-קיגל
שמערל האט געשריבן:ווען אימער איר זעט אזא מין צעטל, זייט וויסן אז א טאג פריער האט איינער פון די נגידים אפגעטוען א גרויסע זינד.


דעם זינד פון נישט באצאלען לא יחרץ געלט

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:13 pm
דורך לך לך
כמיין ס'ווערט ריין פינאנצירט פון די ווייס-געבאטעלטע סאכדעס זאלץ און צוקער כשר לפסח.
לייזן אריין שווערע אלפים דערפון

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:11 pm
דורך געפילטע פיש
כידוע איז דא אפאר עשירים, מ'דארף נישט פורט בשמם זיין ווייל יעדער ווייסט ווער זיי זענען, וואס זעט אויס זענען מכפר זייערע חטאת נעורים צו חטא הידוע צו ווער ווייסט וואס, מיט דעם וואס זיי פינאנצירן די משוגעת'ן, צו ס'איז כינוסי כלל ישראל, אסיפות אויף צניעות, באכען אריין מעלאנעס אין פילטערינג, פינאנצירן פלאקאטן קעגן שמאל געפאסטע קליידער מיט צוויי פיסיגע דאסטערס, זעט אויס ס'מאכט זיי שלאפן בעסער. נו, שלאף געזונטערהייט, זיסע חלומות... (אוי! זיסע חלומות וועלן נאר גורם זיין מער אסיפות..., שוין)

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:38 am
דורך שמעון וואלף
לך לך האט געשריבן:כמיין ס'ווערט ריין פינאנצירט פון די ווייס-געבאטעלטע סאכדעס זאלץ און צוקער כשר לפסח.
לייזן אריין שווערע אלפים דערפון


ס'קוקט אויס אז ס'גייט נישט אזוי גוט;זיי האבן געמוזט נידערן די פרייז

Re: ווער באצאלט פאר די אלע התאחדות הרבנים צעטלעך

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:53 am
דורך סאשי פיש
ווייל עס איז געווען זייער טייער און כמעט קיינער האט עס נישט געקויפט, איבער צוויי טאלער מער פאר א צוקער אליין.
האבען זיי אויפגענומען א מארקעטער

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 12:59 am
דורך געוואלדיג
דער קאץ איז ארויס פון זאק domino צוקער קאמפעני באלאנגט פאר התאחדות

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:03 am
דורך ווארט זאגער
איינמאל האט מען אפגעזאגט דעם גוי וואס קלינט אויף התאחדות אפיס אין וומסב"ג ווייל ס'נישט געווען פאר אים וואס צו קלינען, האט ער געפרעגט אויב ס'מעגליך ער זאל ארבעטען פאר זיי אין זייער אנדערע ברענטש אין קענעדע.