אזוי גייט דער קומענדיגען יו''ט פסח אויסזעהן אי''ה!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

אזוי גייט דער קומענדיגען יו''ט פסח אויסזעהן אי''ה!

שליחה דורך קאך_לעפל »

די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגן יו''ט פסח גייען שוין אן אין פולן שוואנג, מען שארט און קראצט און רוימט שוין אונגרויסען, יעדע שאפע און שופלאד ווערט איבערגעקערט און איבער געוואשען צענדליגע מאהל, עד שהיודע תעלימות יעיד עליו אז עס געפינט זיך נישט דארט קיין ברעקל חמץ ח''ו, די אנגעצויגענקייט איז שוין אויף די העכסטע גראד, און דער נערוויזעטאציע שפירט זיך גוט אין דער אטמאספער, קיין רויטע אפגעריבענעם גרייצער אריין צו ברענגן דעם יו''ט אין שטוב זעהט זיך נישט אויפן האריזאנט, דאס דיפרעסיע ווארעם שפאצירט זיך אזוי געמיטליך אינעם מוח, אלע חיזק געדאנקען וואס מען קען נאר ארויף ברענגן אויפן זיכרון האט שוין מער נישט קיין עפעקט, די 3 מעשיות וואס איז מקובל פונעם הייליגן קאשזניצער מגיד צו פארציילן אז מען זאל האבן אויף פסח צו מאכן, איז שוין פארציילט געווארן צענדליגע מאל, און די נארוועזע בליקן צום פענטצטער אז דער פריץ זאל שוין ענדליך אריין ווארפן די טויטע מאלפע אנגעפילט מיט גאלדענע רענדלך, דערנערווירט שוין דאס הויז געזינט. אלזא וואס טוהט מען?

אז מען פארזינקט זיך די מחשבה אינעם עבר, מען איז זיך מצייר וואס מען האט אמאהל געהאט, ווי אזוי כלל ישראל האט זיך געגרייט צום הייליגן יו''ט פסח בזמן שבית המקדש היה קיים, מיט א בקשה צום בורא כל העולמים בנה ביתך בקרוב, ווערט אביסל בעסער אויפן הארטצן, די אומעטיגע געדאנקען ווערן פארשלינגען אין עולם הדימיון, און די קלעמטינע ווערט מינימוזירט, עכ''פ ווי לאנג מען שוועבט ארום אין עולם הדמיון.........

עס איז ר''ח ניסן אין אידישן לאנד, דער בית דין הגדול האט אקורושט אויסגעשריגן אין זייער הויפטקוואטיר וואס געפינט זיך אין לישכת הגזית פלאזא, מקודש מקודש, דאס איז נישט געגאנגען אזוי גלאטיג, דאס איז געווען נאר נאך לאנגע שווערע חקירות און דרישות אויף די 2 עדים וואס האבן צום ערשט געזהן די נייע פיצי בעבי לבנה.

ווי נאר דאס האט פאסירט האבן זיך די פיבערהאפטיגע הכנות צום יו''ט פון פרייהייט און זעלבסשטענדיקייט אנגעהויבן מיט איר פולע קראפט, די וועגן ווערן אויסגעפלאסערט, מען גרובט קוועלער אז די עולי רגלים זאלן האבן וואס צו טרינקען, מען פאררעכט די מקוואות אז זיי זאלן זיין אויסגעהאלטן אפי לויטן רב המקוואות מוויליאמסבורג המעוטרה, מען צייכענט אן די קברים אז מען זאל זיך קענן אויסהיטן נישט טמא צו ווערן, (און זיך איינצושפארן א בית שמש מעשה) מען זאמעלט איין מיליאנען זכרים שעפסען און ציגן אן קיין פעלער, אדש אז די בערג ארום ירושלים זענען שניי ווייס פון די פולע שעף, די מע.... מע.... קולות וואס הערן זיך פון די שניי ווייסע שאף בערג הערן זיך מיילן ווייט, אט אט הייבט מען אן אריבער צו פירן די שעף אינעם דערנעבעדיגען טייכל אז זיי זאלן זיין שיין שניי ווייס ביי די שחיטה, שיניך כעדר הרחלים שעלו מן הרחצה שכולם מתאימות ושכולה אין בהם.........

עס קומט שוין י' ניסן דער עולם לאזט זיך ארויס צו די שאף-בערג זיך איינצוהאנדעלן א שעפעלע, עס שלעגלען זיך אומצאליגע מענטשען ליניעס, די קולות גייען אויף די העכסטע טענער, א בבל געמישעכס פון שפראכן און קולטורען ווערן צוזאמגעשמאלצן אין די ליפטן, ער שרייט אויף בבליש: איך בין געווען דא פריער, דער צווייטער ענפערט אים אויף גריכיש: גיי דיר אין דער ערד אריין, דער שרייט אויף פרסיש: כאפט דיך נישט אריין אין די ליניע, ענפערט אים דער צווייטער אויף מיצריש: קענסט מיר א בלאז טאן אין די אויער, אזוי טוהט זיך דאך א גאנצע באלאגאן, די סדרנים ארבייטן אימערמידליך צו האלטן די מאסן אין די רייען אבער אן ערפאלג, ענדליך דערשלאגט זיך שוין יעדער א שעפסעל און מען הייבט אן צו שפאנען קיין ירושלים מיט א אומהויערע שמחה, די פייערליכע קולות פון די געזאנגען פון דוד המלך בית ה' נלך..... עומדות היו רגלינו בשעריך ירושלים....... הערט זיך מיילען ווייט, גאנץ ירושלים איז איינגעהילט אין א גייסטישע דערהויבענקייט, יעדער האט געסט עס איז דא פלאטץ פאר יעדען...... דער עולם גרייט זיך פעסט אויף ערב פסח ווען מען וועט האבן די זכיה זיך צו ווייזען דעם פנים פאר די שכינה הק' און ברענגען דעם קרבן פסח כדת וכדין....

די פיבערהאפטיגע הכנות גייט ווייטער אן מיטן פילען פארע....אין בית המקדש זענען שוין פארזאמעלט שווערע טויזענטער כוהנים, וואס טרענירן זיך העפטיג ווי אזוי צו קענען דערלאנגען די גאלדענע מזרקים אנגעפילט מיט בלוט מיט א בליציגע שנעלקייט פון דעם שחיטה פלאטץ ביז צום ריזן מזבח. די לויים פראבירן אויס זייער פולע מוזיקאלישע אינסטערמענטן אז זיי זאלן קענן שפילן ווי עס באדארפט צו זיין ביי די נסכים אין יו''ט. דער עולם לויפט ארום ווי פארסאמטע מייז. דער לויפט באקען מצות, א צווייטער לויפט זיך איינצוהאנדלען א שיסל שאלאטען פאר מרור, דער דריטער לויפט קויפן ניס פאר די חרוסת. דער פערדער לויפט צום הר הזתים כאפן שפריץ פון די אפר הפרה, ער האט זיך אקוראשט דערמאנט אז ער האלט שוין היינט ביי דער זיבעטער טאג נאך די לויה פינעם לייטזעליגן שכן זיינעם, צו וועם ער האט זיך בפני הכבוד מטמא געווען, דער זיכט נאר א פעדער פאר בדיקות חמץ, בקיצור גאנץ ירושלים פארט אויף רעדער, מיליאנען מענטשען לויפן ארום אין די גאסן, א געמישעכס פון אלע ערליי קליידער, היטן, טורבאנען, קאפיא'ס, און שפראכן. באמת א עיר כלילת יופי.......

ענדליך איז שוין אנגעקומען ערב פסח, מען האט ערשט אצינד גענדיגט מקריב זיין דער תמיד של בין ערביים, און מען הערט א געשריי שמע ישראל הגיע הזמן לעשות את הפסח, און דער גאנצער עולם ווערט געכאפט ווי אין עלעקטערישער שטרום, און נעמט זיך לויפן מיטן פולען גאלאפ ארויף צום הר הבית צו, דאס געדרענג אין די גאסן וואס פירן צום הר הבית זענען דאך אומדערטרעגליך..... דער עולם נעמט זיך אריין צו שטיפן אין די עזרה וואס ווערט בליץ שנעל אנגעפילט מיט מער ווי א האלב מיליאן מענטעשען, מיטאמאהל הערט זיך א געבלאז פון א שופר תקיעה תריעה תקיעה, און די לויים הייבן אן צו שטיפן דעם ריזיגען שער הניקנור אויף פאראויס, ביז דער טיר פון די עזרה ווערט הערמעטיש פארשלאסען.
ווי נאר דער טיר איז געווארן פארשלאסן הערט זיך א געבלאז פון א טרומפייטער, וואס דאס האט געדינט אלס א סיגנאל אז יא! מען דארף זיך נעמען צו די עבודה, די שוחטים שטייען מיט זייערע לאנגע חלפים, און נעמן זיך שחטן שעפסען איינס נאכן צווייטען, און ביי יעדען שוחט שטייט שוין גרייט א כהן מיט א גאלדענע בעקן אין די הענד, און ווי נאר דער שוחט האט דירך געשניטען דעם קנה און דעם וויישט, שטעלט ער באלד אונטער דעם שיסל און ווי נאר עס ווערט פול, דערלאנגט ער עס תיכף צום צווייטען כהן, און דער צווייטער כהן גיבט אים תיכף א צווייטע גאלדענע בעקן, און דער צווייטער כהן געבט דאס פארן דריטען, אזוי ביז עס קומט אן צום מזבח, און דער לעצטער כהן גיבט דאס א גיס ארויף אויפן וואנד פון מזבח, און גיבט גראד ציריק דעם ליידיגען בעקן פאר זיין שכן...... און דאס איז אלעס צוגעגאנגען מיט אזא אפנארמאלע שנעלקייט אדש עס האט זיך צוגעדאכט פאר די צושויער אז עס בליצט גאר......

בשעת מעשה זאגט דער עולם הלל ווארט ביי ווארט אויפן קול בצאת ישראל ממצרים...... מען קען קוים הערן די אייגענע שטומע........פון די קול דהללא דפקע איגרא.......

דערנאך כאפט דער עולם ספעציעלע שטעקענעס אויף וואס מען הענגט אויף דאס געשאכטען שעפסעל און מען נעמט זיך אפשינדען די הויט פינעם שעפסעל, דערנאך וואשט מען גוט אויס די קישקעס, ווי נאר דער עולם ענדיגט הערט מען ווידער דעם געבלאז פינעם שופר, און די טירן פון די עזרה עפענט זיך און דער עולם הייבט אן אהיים צו שטורמען מיט דאס נאקעטע שעפסעל אויף די פלייצע.....און א נייע כיתה כיתה קומט אריין און דער זעלבער בילד חזרט זיך איבער.... און דערנאך א דריטע כיתה.... דאס אלעס האט זיך פארצויגן ביזען זמן הדה''נ פינעם הייליגען יו''ט פסח המשמש ובא....

ביי יעדען הויז טיר אין ירושלים ווערט אראפגעשטעלט אזא ספעציעלע אויבן (א שטייגער ווי דער שווארמע מאשין) און דער דער עולם נעמט אזא האלצעצענע שפיז וואס קומט פון א מילגרוים בוים, און מען שטעכט דאס אריין אינעם פיסק פינעם שעפסעל ביז עס קומט ארויס פון די אנדערע זייט און מען שטעלט זיך בראטן דעם שעפסעל, ווער קען זיך דען פארשטעלן וואס פאר א באטעמטע גרוך עס האט זיך דאן געשפירט אין ירושלים..... שווערע מיליאנען שעפסען האבן זיך געבראטן אויף איינמאהל..............

פסח אויף דער נאכט גאנץ ירושלים איז איינגעהילט אין ליכטיקייט, יעדער מיט די שיינע ווייסע יו''טדיגע קליידער זיצט זיך מיט זיין בני חבורה און משפחה אינאיינעם און פארציילן די ניסים פון יציאת מצריים, מען שוועבט און א העכערע וועלט וואס מיר האבן גאר קיין השגה נישט.....

דער זייגער שלאגט אביסעל בעפאר 12 און גאנץ ירושלים כאפט א דינער.... דער עולם מאכט די ברכה על אכילת מצה.... און דער גאצער שטאט עסט צוזאמען די צוויי כזיתים מצה, א מין געקייעכס הילכעט אפ אין די מזיקים-פרייע שטאט, דערנאך הערט ווידער א געשריי, דאס מאהל פון דעם על אכילת מרור, דער עולם זעצט זיך אויף, ווייל די מרור עסט מען דאך נישט אנגעלאנט.... קוים וואס מען פארענדיגט זיך פארווישען די טרערן פון די אויגען וואס דער ביטערער מרור האט פאראורזאכט, הערט זיך שוין ווידער א געשריי, דאסמאהל איז עס אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הזבח, און דער עולם נעמט זיך עסען פיינע געבראטע פלייש פינעם קרבן חגיגה... מען עסט אנגעצויגן וויל דער זייגער לויפט, אט אט איז שוין חצות! און נאך חצות איז שוין דער קרבן פסח מטמא די הענט, און חייב אדם וטהר את עצמו ברגל.

דער עולם איז שוין אט אט זאט... און ענדליך.... קומט עס שוין אן.....יעדער נעמט א כזית פינעם פיינעם געבראטענעם שעפסעל, און דער טאטע ווארענט אן אז מען זאל נישט צוברעכן קיין איין איינציגען ביינדל...וועצם לא תשברו בו, און מען פארמאכט זיך די אויגן און מען מאכט די ברכה מיט א התלהבות אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת פסח, און מען לינגט אנגעלאנט אן די שיך און מען עסט פון די הייליגע פלייש בקדישה ובטהרה לעשות נחת רוח לפנו אבינו שבשמים.......

ווי נאר דער עולם ענדיגט עסן, און מען מאכט זיכער אז עס איז גארנישט איבערגעבליבן, נעמט מען זיך זאגן הלל מיט א ברען... דער גאנצער אידישער הויפט שטאט ווערט פארוואנדעלט אין א פייערדיגע געזאנג, דער גאנצער הייליגער שטאט זינגט מיט איין קול צום הייליגען באשעפער, און דאנקען אים פאר זיינע חסדים וואס ער האט אונז ארויסגענומען פון שקלאפן הויז, און אריין געברענגט קיין ארץ ישראל, דער לאנד וואס גיסט זיך מילך און האניג.

דער באשעפער זיצט זיך אוין אין הימל און קיקט דאס צו..... ער ריפט צוזאם די מלאכים און קומט אראפ פון הימל זיך צו צוזעהן ווי זיינע קינדער לויבן אים מיט אזא פרייד........

איי איי ונאכל שם מן הזבחים ומין הפסחים.......

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר