בלאט 1 פון 1
מיר לעבן אין א באקס! פשוטו כמשמעו.
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
ווער האט אריינגעברענגט די שיגעון אז פון ראש חודש ניסן שפייזט מען זיך פון א קליין סעלצער באקס? הישמע כזאת א משפחה פון 8 קינדער זאלן קענען אלע עסן צו די זעט פון איין קליין באקסעל?
איך דריי מיר יעצט דא און די האול וועי און איך זעה טיר ביי טיר יעדער באוואפענט מיט א סעלצער באקסעל, אריינגייענדיג טיפער אינעם ענין זעה איך אז יעדער באקס האט צוויי שאכטלען סיריעל, א רעדל סנעקערס, 3 קליינע ברוינפענס פון משלוח מנות, זופ מאנדלען למיניהם, ועוד אומעסבארע מאכלים,
איך שטיי און שטוין, איז דאס א אפגעשמיסטע אקציע פון די עזרת נשים? ווער שטייט אונטער די אקציע, די כלה טיטשערס אדער I'm a mother? אדער גאר העללער פון די חלות בעקראציע.
א קיצור דער עולם האט זיך שוין איינגעפאקט און באקס, וואלט אפשר כדאי געוועהן אז יעדער זאל כאפן א בילד צוויי פון אזעלעכע באקסלעך וואס ער באגעגענט און עס ארויפלייגן דא, צו זעהן וואס די צד השוה פון די אלע באקסעס זענען.
Re: מיר לעבן אין א באקס! פשוטו כמשמעו.
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:17 pm
דורך יין שרף
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:20 pm
דורך פליקער
געוועינטליך אויך ניסן פיטער מיט איילבירט אויל, מייענעיז, מיט די חמציגע פאטעיטאס
יין שרף האקט
מיר לעבן אין א באקס בילד קאמפיין
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:23 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער איז מכובד צו שאפן א בילד פון אזא #חמץ-באקס און מהנה זיין דעם עולם אין שטיבעל
Re: מיר לעבן אין א באקס! פשוטו כמשמעו.
נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2015 5:23 pm
דורך קאצקע ציקער
[img]
IMG-20150320-WA0008.jpg
[/img]
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
דער עולם האלט זיך נישט ביים צושטעל?
Re: מיר לעבן אין א באקס! פשוטו כמשמעו.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 10:06 pm
דורך נופת צופים
נישט יעדער לעבט אין די באקס. איך האב נאך זייט מיין חתונה נישט געגעסן פון א באקס ארויס און איך האף און בעהט אויף ווייטער. ביז בדיקת חמץ ביינאכט עס איך ביי מיר אין שטוב.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 11:33 pm
דורך יין שרף
[justify]אמאל געהערט אז א פרוי האט גערופן איר רב פרעגן אז זי האט אויסגערוימט די גאנצע הויז און פארגעסן איבערצולאזן ברויט פאר די 10 ברעקלעך, וואס זאל זי טוהן. האט די רב געזאגט ׳נישט קיין פראבלעם, איך וועל שוין אריבערשיקן׳. א שעה מועטת שפעטער האט די רב געשיקט א שאפינג בעג, ווען זי האט אריינגעקוקט האט זי געזעהן 10 געפאקטע שטיקלעך ברויט, מיט נאך אפאר גאנצע סלייסעס. האט זי צוריקגערופן פרעגן וואס איז פשט, האט ער גענפערט ״אז יעצט נאכמיטאג האסטו נישט איבערגעלאזט פאר די 10 פתיתים. מיינט עס אז דיין מאן האט נישט וואס צו עסן...״ ודפח״ח.[/justify]
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:17 am
דורך שבת אחים
נופת צופים האט געשריבן:נישט יעדער לעבט אין די באקס. איך האב נאך זייט מיין חתונה נישט געגעסן פון א באקס ארויס און איך האף און בעהט אויף ווייטער. ביז בדיקת חמץ ביינאכט עס איך ביי מיר אין שטוב.
סענט פראם מיי קאושער פאון
זאג, דיין קאושער פאון איז אויך נישט געקומען אין א באקס ? אדער וויבאלד דו לעבסט אין א באקס ?
סענט פראם מיי נאון קאושער פאון
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:46 am
דורך Kool man
יאך האב איינגעפיהרט, אז ביי מיר אין שטוב איז דא א באקס פון א טאג צוויי בעפאהר פסח, נישט פריער, נוו"ד, די קינדער שיקט מען יא ארויס עסען אינדרויסען, ווייל אז נישט איז חוששין שמא גוררו חיה'לע..

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:26 pm
דורך איך אויך
פארוואס פארלייגסטו דיך דווקא אויף חיה'לע? נישט פעיר.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:40 pm
דורך Kool man
איך אויך האט געשריבן:פארוואס פארלייגסטו דיך דווקא אויף חיה'לע? נישט פעיר.
ווייל גיטעלע איז שוין גענוג גרויס אכטונג צו געבען, לעומת חי'לע וואס איז נאך גאר קליין און לויפט ארום מיט די ראגעלע אין מויל