בלאט 1 פון 8
"מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייער
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:26 pm
דורך [NAMELESS]
ווערטער קענען נישט אפמאלן די שוידערליכע טראגעדיע וואס האט זיך אפגעשפילט דעם שבת אין פלעטבוש/מידוואד, ברוקלין ווען ווילדע פלאמען האבן דורכגעריסען די הויז פון די חרדישע ששון משפחה און נעבעך אומגעברענגט 7 קינדער פון איין משפחה ר"ל.
די נפטרים זענען יעקב - 5 יאר אלט, שרה 6, משה 8, יהושע 10, רבקה 11, דוד 12 און אליענה 16.
איין איבערגעבליבענע קינד, 15 יעריגע צפורה בת גילה, איז קריטיש פארוואנדעט צוזאמען מיט די מאמע גילה בת צפורה, נאכ'ן ארויסשפרינגען פון די פענצטער.
די פייער האט אויסגעבראכן נאך 12 פרייטיג צונאכטס פון א האט פלעיט אין די קאך, און האט זיך שנעל צושפרייט צו די גאנצע הויז. די שרעקליכע פלאמען האבן נישט צוגעלאזט די מאמע ראטעווען אירע קינדער וואס זענען געוועהן אויף די דריטע שטאק און זי איז ארויסגעשפרינגען פון א פענסטער מיט די טאכטער ריפן פאר הילף.
איין שכן האט געהערט קולות פון די דריטע שטאק "מאמי, מאמי! העלפ מי!" אבער ליידער האבן שוין די פייערלעשער נישט געקענט ראטעווען די קינדער.
די טאטע איז אוועקגעפארן אויף שבת צו א קאנפרענץ און עס האט גענומען פאר די פאליציי אפאר שעה ביז מ'האט אים געטראפען אין שוהל און דערציילט די שוידערליכע בשורה.
אוי רבונו של עולם
https://youtu.be/BzuuteqRAv0https://youtu.be/YJClDjwZRZ4http://mobile.nytimes.com/2015/03/22/ny ... -fire.htmlhttp://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=81396http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 78,00.htmlhttp://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2157746http://nypost.com/2015/03/21/3-kids-kil ... lyn-blaze/ http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -fire.html http://mobile.nytimes.com/2015/03/22/ny ... afety.htmlhttp://abcnews.go.com/US/wireStory/fire ... e-29804985http://edition.cnn.com/2015/03/21/us/br ... en-killed/
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:40 pm
דורך נופת צופים
השם ישמרנו!
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:43 pm
דורך הוגה
איך בין אויפגעשוידערט, איך געדענק נישט אזא שרעקליכע טראגעדיא. עס קומט מיר טרערן אין די אויגן טראכטנדיג פון די פיינפולע סצענע. נישט דא קיין ווערטער.
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:57 pm
דורך אפטעמיסט
גאט אין הימל

נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:58 pm
דורך ביבער
בד"ה,
לויט די פייער דעפארטמענט איז נישט געווען קיין ארבעטענדע סמאוק דעטעקטארס בשעת די פייער, זאל יעדער וואס וויל עפעס טהון לטובת די 7 אינגע אוועגעריסענע נשמות גיין היינט נאכט טשעקן די סמאוק דעטעקטאר'ס ביי זיך אינדערהיים און זאגן לעילו נשמת די 7 ששון קינדער.
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 8:59 pm
דורך ברעט מענינג
א שרעק!
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:04 pm
דורך [NAMELESS]
Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
ברעט מענינג האט געשריבן:א שרעק!
פארוואס איז צוויי קינדער פארווישט?
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:06 pm
דורך ברעט מענינג
ראשעקאל האט געשריבן:ברעט מענינג האט געשריבן:א שרעק!
פארוואס איז צוויי קינדער פארווישט?
אזוי באקומען אויף וואטס עפפ
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:10 pm
דורך שמעקעדיג
איך טראג עס נישט אריבער. ווי נעמט מען די כוחות צו הערן אזא טראגעדיע.
מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות כלפי מעלה, אבער ווען אימער עס פאסירן אומגליקן רילעיטעד צו תורה ומצוות - וואס מיר האבן א פארזיכערונג פון פסוק שומר מצוה לא ידע דבר רע, און חז"ל זאגן אונז שלוחי מצוה אינן ניזוקין - רייסט זיך ארויס פון מיין הארץ א וויי געשריי, למה ה' יחרה אפך בעמך, צי איז עס א פייער דורך חנוכה ליכט, שבת'דיגע בלעך/האט פלעיט, שבת ליכט, וכו'. די אלע זאכן טוט מען דאך נאר צוליב דעם ציווי ה', נישט פאר אונזער אייגענע הנאה! מען דארף זיך מחזק זיין מיט פעלזן פעסטע אמונה צו קענען אננעמען די גזירה.
רבש"ע עד מתי? 7 אומשולדיגע קרבנות פסח? תינוקות של בית רבן שלא חטאו? ווי אזוי דאדף דער טאטע זיצן 2 וואכן ארום פסח ביינאכט ביים סדר און פארציילן דיינע נסים??
איי שומר ישראל שמור שארית ישראל ווייל מיר קענען שוין מער נישט פארנעמען. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:15 pm
דורך גאנצל
נעבעך נעבעך א טראגעדיע פאר גאנץ כלל ישראל אונז זען מיר אלע א חלק פון די זיבן נשמהלעך ס'לאט זיך נישט אפי' חלומען די שרעדיגע מינוטן וואס האט זיך אפגעטאן דארט אלע קולות זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט די פייערצאנגען די וואך פון ויקרא יבא טהורים אוי באשעפער
זאל השם העלפן אז ס'זאל זיין יאירו שבעת הנרות די זיבן לעכטעלעך זאלן לייכטען פארן רבון העולמים און אונז זאל מיר זיך קענען שטארקן מיט אמונה אין אזא זמן אמן
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:15 pm
דורך [NAMELESS]
סתירה'דיגע ריפארטס וועגן די אכטע קינד. ס'דא וואס זאגן אז זי איז שוין אסאך בעסער און איז עקספעקטעד צו ריקאווערן, אנדערע זאגן אז די מצב טויג נישט
Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:17 pm
דורך [NAMELESS]
C/P Just got off the phone with Rabbi Lieder: the 8th kid is alive and well and expected to make a full recovery, BH!
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
און די מאמע?
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:27 pm
דורך [NAMELESS]
מעיער דיבלאזיא היינט אין די הויז

- uploadfromtaptalk1426987622598.jpg (51.61 KiB) געזען געווארן 4906 מאל
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:55 pm
דורך חד גדיא
שרעקליך שרעקליך.
בד''ה
איך זע אז די פרעסס איז א''י שרייבט אז דער פופצן יעריגער איז א בחור מיט'ן נאמען אלישע, נישט א מיידל. איז עס א טעות?
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
אוי געוואלד!!
רבוש"ע עד מתי???
כ'הער אז מ'פלאנט צו פירן די נפטרים קיין ארץ ישראל.
אויך איז דא א שמועה אז די עלטערן זענען סעפערעיטעד.
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:13 pm
דורך shem-tov
פלגי מים ירדו עיני. רבש"ע פארוואס. פארוואס. דער שפרינג דערמאנט פון חנה ושבעה בניה זי האט שוין זיכער געזעהן די בראך פארן שפרינגן זאל איר דער אויבערשטער געבן כוחות עס אדורכצוטראגן. און דער טאטע איי איי איי דאס הארץ צוגייט פאר אים
איינער האט אפשר פרטים וועגן די הימל שפאלטענדיגע לוי
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:13 pm
דורך smart
איך טראג נישט איבער די מעשה, איך וויל נישט מיך מצייר זיין וואוזוי די מאמע האט געפילט בשעתן פריבור'ן צו ראטעווען אירע 7 שעפעלעך אין נישט געקענט זיי ראטעווען.
וואו באגרייפט מען די צער איך קען נישט קומען צו זיך.
אוי רבנו של עולם ווי לאנג נאך?!
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
אוי טאטע ! וואו נעמט מען די כוחות דאס צו דערהייבן ,
מי שאמר לחומץ שלא ידליק. יאמר לשמן שלא ידליק ! , אמן !!
Re: "מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייע
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 10:57 pm
דורך נופת צופים
FDNY & NYRRT will distribute free Smoke alarms, 9V Batteries and Fire Safety info. tomorrow 11-3 at Bedford/Ave M, East 16/Ave M, East 16 / Ave J and Ave L / Nostrand
סענט פראם מיי קאושער פאון