בלאט 1 פון 1
משפחה טראגעדיעס
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
יעדער איז צושאקעלט פון די שוידערליכע ששון טראגעדע דעם שבת. ליידער איז דאס נישט די ערשטע מאל וואס גאנצע משפחות אדער גרויסע חלקים פון משפחות גייען אזאנס דורך. אין די לעצטע יארן איז געוען די דריי פיללער טעכטער, די עקסידענט אין א''י אפאר יאר צוריק, די יונגע ווייבל האלבערשטאם מיט איר טאכטער וכו'
דא זענען פיקטשערס פון מציבות פון נאך אזעלכע טראגעדעס. ווער ס'האט נאך איז מכובד ארויף צולייגן.
IMG-20150321-WA0018.jpg
IMG-20150321-WA0016.jpg
IMG-20150321-WA0015.jpg
IMG-20150321-WA0014.jpg
Re: משפחה טראגעדיעס
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
article1_02FC7AAFCBF54E9A9A8C5E975B09EDE4.jpg
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:02 pm
דורך געוואלדיג
סארי איך לייק בכלל נישט אזעלעכע נייעס ליידער שלא ישמע עוד וכו'
נשלח: מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:25 pm
דורך שמעון וואלף
.
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 3:13 am
דורך berlbalaguleh
נאר ס'איז דא ליידער, פארשימלטע מוחות וואס ווען ר' אהרן ממאנרא שליט"א האט מספיד געווען די קדושי מומבאי און געזאגט אז זיי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש, האבן זיי מוחה געווען אז א חב"ד שול איז נישט קיין מקום קדוש. וואס די פינצטערע יושבי חושך. די שווארץ-מאה'ניקעס קענען אלץ נישט אפטון מיט זייער ברעינוואשינג...!
Re: משפחה טראגעדיעס
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 8:20 am
דורך אבי גערעדט
לעצטע היימישע פייער טראגעדיעס זענען נעבעך געווען ביי משפחת מייזליש נכדי בעל ברך משה מ'סאטמאר זצ"ל, ווי א מאמע מיט איר קינד זענען שוידערליך אוועק תיקון ליל שבועות פארטאגס תשס"א
די נעקסטע טראגעדיע איז די מאטיאש/פאלקאוויטש טראגעדיע, געשען אינעם ערשטן אדער צווייטן טאג פסח תשס"? ווי 2 אומשילדיגע בחור'לעך מיט א נעפיו זייערע זענען אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן
אוי די פיין וואס היימישע אידן זענען דורך דאן, געוועו אזא היימישע מיני 9/11
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 3:20 pm
דורך שלמה המלך
די גלויבער קאפל ווער עס האט בילדער
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 3:48 pm
דורך חקרן
א שטיק צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין ענפילד בית החיים אין ענגלאנד, האב איך זיך אנגעשטויסן מיט א מצבה, דוכט אז עס זענען געווען פיר געשוויסטער אינאיינעם, וואס זענען אומגעקומען אין א פייער. אויף די מצבה שטייט ארויפגעשריבן די געשיכטע, ווי אזוי איינער פון די געשוויסטער איז ארייינגעשפרינגען אין פייער ארויסצוראטעווען איינע פון די קינדער, אבער ליידער האט יענער עס נישט געקענט מאכן און אויך אומגעקומען אויפן ארט.
איך בין דארט געשטאנען באלד א שעה און געגאסן מיט טרערן, די מעשה האט מיר אזוי באנומען אז איך האב נישט געקענט צו זיך קומען.
האט אפשר איינער בילדער פון יענע מצבה?
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 4:17 pm
דורך אייניקעל
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 4:20 pm
דורך אייניקעל
די באקאנטע טרייענגעל פעקטארי פייער פאר 104 יאר צוריק
http://jwa.org/triangle
נשלח: זונטאג מערץ 22, 2015 4:53 pm
דורך קאך_לעפל
.
נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין ענפילד בית החיים אין ענגלאנד, האב איך זיך אנגעשטויסן מיט א מצבה, דוכט אז עס זענען געווען פיר געשוויסטער אינאיינעם, וואס זענען אומגעקומען אין א פייער. אויף די מצבה שטייט ארויפגעשריבן די געשיכטע, ווי אזוי איינער פון די געשוויסטער איז ארייינגעשפרינגען אין פייער ארויסצוראטעווען איינע פון די קינדער, אבער ליידער האט יענער עס נישט געקענט מאכן און אויך אומגעקומען אויפן ארט.
איך בין דארט געשטאנען באלד א שעה און געגאסן מיט טרערן, די מעשה האט מיר אזוי באנומען אז איך האב נישט געקענט צו זיך קומען.
האט אפשר איינער בילדער פון יענע מצבה?
[tag]חקרן[/tag]
דאס איז געוועזן באשריבן אין דער בלאט פון א וואך פאר פסח (גאנץ מעגליך אז די בלאט שרייבער האט גענימען די איידיע פון דא).
ס'צורייסט די הארץ
נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
נעבעך
כאפט א ציטער