טראגעדיעס פון א הצלה מאנ'ס פערספעקטיוו (אפגעטיילט)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

טראגעדיעס פון א הצלה מאנ'ס פערספעקטיוו (אפגעטיילט)

שליחה דורך הצלה מאן »

פון די קיק ווינקעל פון א הצלה מאן.

ליידער האב איך געהאט מיין חלק פון טראגעידיע'ס ווי חלקים פון משפחת זענען אינטערגעגאנגען, עס איז טאקע א געפערליכע משפחה טראגעידיע, אבער וואס מען פארזעיט איז די גרויסע בראך וואס עס לאזט איבער אויף אלע פארמישטע ארים, מיר הצלה אינגעלייט וואס קומען אן צי אזעלכע פעלער, ווערן געוועינטליך שבור ורציץ, אפעקטען וואס בלייבן אויף אינז געוועינטלעך וואכען חדשים און אויב נעמט מען נישט קער, יארן.

מיין הארץ גייט אויס פאר מיינע חברים קאלעיגע מעמבער פון חברי הצלה ד'פלעטבוש, איך קען נאר רילעיטן צו זיי פון מיינע עטליכע עינליכע אזעלכע הצלה קאל'ס, און איך געדעינק ווי צישאסן איך האב געשפירט יענעם ביטערן פסח אינדעפרי, ווען איך בין דאן געוועין פון די חברים וואס האבן נעבעך געארבייט אויפ די פאציענטען וואס האבן געשפרינגען, און די וואס האבן ליידער נישט געשפרינגען, ווי שרעקליך שפירט זיך דאס פארלוירנקייט, ווען הענט און פיס ציטערען ציזאם, ווען די פייערלעשער קומען יעדע מיניט אראפ מיט נאך גופים, מען ווייסט נישט וויפיל נאך עס קומען אראפ.

איך געדעינק די סקונדע וואס איך בין אנגעקומען, געוועין בין איך שוין דאן אויפ איין פריערדיגע קאל, על כן בין איך שוין נישט געוועין אין בעט, טראץ די קאל איז געוועין פיר דרייסיג, נאכן סדר, בין איך שוין געוועין אין ברוקלין האספיטאל, נאכן אויפארבעטן א פיצל קינד, ווען מיר זענען געוועין אויפן וועיג ציריק פון שפיטאל, איז אריין געריפן געווארן יענע ביטערע ריפ, 104 ראסס סטריט ברענט, מיר האבן תיכף ומיד גענימען שמייסן מיט אינזער אמבעלאנץ, וואס האט פארמאגט א גאנצע שטאב מיט מעמבער'ס, פארעמעדיקס, ווען איך האב זיך באוויזן דארט אויפן סצענע, גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, טראץ אזוי פיל יאר איז דורך, א מעמבער שטייט מיט די הענט און די הייעך, בעיט זיך ביי די פילע קעפ וואס שטארצען ארויס פון די פענסטער, פליז נישט שפרינגען, די פארלוירנקייט וואס מען שפירט האט מיר ארויס געלאזט יעדע ברעקל קאראש, ווי הייבט מען אן, מען האלט אינדערמיט פון באהאנדלען א מיידל וואס האט געשפרינגען, א פייער לעשער גיבט מיר א צי מיין קאריג, קום אהער גיבט ער א ארדער, איך גיב א קוק, מיין הארץ צאפעלט, ער האלט א קליין קינד אימבאוועיגליך, איך נעם קאראש, שעפשע א תפילה צים באשעפער, זאכן זאלן אויפהערן פאלן פון מיין האנט, מיר ארבייטן אויף א קינד, אינדערמיט, שלעפט מען מיך נאך א מאל אוועק, דא איז שוין דא צוויי מעדיקס, מען ציטיילט עינק, ווייל ער האט זאגאר אראפ געברעינגט נאך א בחור, און איך הייב אן ארבייטן אויפן בחור, עטליכע פיס פון דארט לייגט מיר א פייערלעשער אראפ נאך איינס, מיין מוח ארבייט אויף מאקסימום, פאקעסט אויף אזא פארנעם, אזש אז געוויסע דיטאלן קען איך זיך נישט דערמאנען, אזא סארט אמניזיע, אבער די פארלוירנקייט גייט מיר נישט ארויס פון מיינע ביינער, אלעס וואס מיר האבן געלערנט אזויפיל יאר, אלעס ברויך איך פראקטעצירן, נישט דא קיין צייט פאר טיעותים.

ליידער ליידער ווייסט מען דאך די איבריגע חלק פון די מעשה, אבער איך געדעינק חלקים וואס קיינער געדעינקט שוין נישט, ווי איך האב געזעין מעמבער האקן זייערע קעפ אויף די שפיטאל ווענט, ווי קען אזא זאך זיין, איך האב זיך אריין געזעצט און א שיל, מיט נאך צוויי מעמבער'ס, מיר האבן געוויינט ווי בעיבי'ס שעה'ן לאנג, מיר האבן זיך נישט געקענט באריאיגן, מיין שטיב האב איך נישט געוואלט איבערקערן, מיין קליגע בני בית האט באלד געשפירט אז עפעס גאר ערענסט האט פאסירט, איך האב געלייקענט מחמת שמחת יום טוב, אבער עס האט נישט גענימען לאנג, ביז זי האט באקומען די ידיעה וואס עס האט פאסירט אין שטאט.

ווי קענען מיר פארגעסן די משפחת גלויבער, וואס איז אזוי טראגיש פארלענדעט געווארן, מיר מעמבער'ס וואס זענען דארט געוועין, זענען דאך צישמעטערט געווארן, איך וויל נישט אריין אין קיין דיטאלן מחמת כבוד, אבער וואס איז באקאנט איז דאך באקאנט, א קינד איז געבוירן געווארן, און מיר האבן דאס נאך און אינזער היסטאריע נישט געהאט, עס האט גענימען פילע וואכן זיך ארויס צי ברעכן פון די מרה שחורה, איך געדעינק ווי איך האב געזעין מיינע חברים צישמעטערט טעיג נאכן עקסידענט, ממש נישט צים דערקענען, וויינענדיג און קלאגענדיג אויף זייערע מחשבות, ווי זיי קענען זיך נישט ציזאמענקלייבן, קוים זיי געקענט טרייסטן מחמת מיין אייגענע דיפרעסיע, עד היום קען איך דערפין נישט רעדן.

איך געדעינק איין פרייטאג צינאכט'ס ווען מיר זענען געריפן געווארן אויף א שרעקליכע טראגעידיע אויף 626 ווייט פלעיס, עס זענען דארט געשטארבן בערך פינף זעקס פערזאנען, איך געדעינק נישט קלאר וויפיל, ווי שרעקליך איז געוועין די חורבן, זיי זענען געוועין אלע אפריקאנער אמעריקאנע, אבער איך געדעינק עס האט אויסגעזעין ווי א מלחמה זאנע, משפחה מיטגלידער האבן ג'חליש'ט אויף די גאס, און דארט איז יא געוועין זיכער סמאק דיטעקטאר'ס, די פייער לעשער'ס האבן געוויינט ווי קליינע בעיבי'ס אויף די גאס, די אי-עם-עס, און אינז הצלה האבן זיך נישט געקענט הייבן קיין קעפ פון צער, יעדער איינער האט געוויינט און נישט געקענט קומען צי זיך פון אזא חורבן.

על כן ווען אזא טראגעידיע קימט פאר, ברעינגט עס מיר ציריק מיינע מחשבות, און בין מורה'דיג פארדאגה'ט אויף מיינע חברים, איך ווייס וואס זיי גייען דורך, איך וואונטש עס נישט פאר קיינעם, אזא זאך וואלט איך נישט געווינטשען אפילו פאר קיין שונאים, עס לאזט איבער אייביגע וואונדען, עס קריצען זיך אריין אין אינזערע מוחות שרעקליכע בילדער פון וואס מען קען זיך נישט אפשאקלען.

יהי רצון שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר