בלאט 1 פון 1

חסידישע קאנווענשען

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:23 am
דורך נופת צופים
אין א קאלטן מאנטאג צופרי גיב איך א בליק אינע'ם לוח הציבור זעה איך אז עס גייט פארקומען א "חסידישע קאנווענשען - ערשטע מאל אין היסטאריע".

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם? ווער שטייט אונטער דעם? וואס ווילן זיי אויפטוהן?
uploadfromtaptalk1427116989383.png
uploadfromtaptalk1427116989383.png (342.92 KiB) געזען געווארן 1133 מאל

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:48 am
דורך אפטעמיסט
זייער שיין, אבער פארוואס אזוי טייער?

Re: חסידישע קאנווענשען

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:56 am
דורך petergrifin
צוויי נעכט האטעל עסן פאר דריי טעג דינגן דער זאלן קען זיין אז מען צאלט די רעדנערס און מען דארף מאכן אפאר דאללער אויך.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:15 am
דורך געפילטע פיש
וואלערסטין און יוסף מזרחי אונטער איין דאך! דאס איז היסטאריש. איך וואלט געצאלט כל הון דעלמא מ'זאל די צוויי קלאונס לייגן איינעם קעגן צווייטן פאר א דיבאטע, "וואס איז איז א גרעסערע סכנה פאר כלל ישראל, זומבא און פייסבוק, אדער ספיריטס אלל אראונד אס?"

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:30 am
דורך חסיד
א חסיד'ישע קאנווענטשן!!!
א נייע פענאמינום אינעם עולם החסידות, כ'וועל נאר אויסשמיסן דא אביסל צוויי זייטן

מצד א' פארוואס נישט, הונדערטער חסיד'ישע אידן פארן כסדר אויף קאנווענטשינס ממינים ומינים שונים צו איז עס דרשו, אינספייער וכדו', נא פארוואס איז נישט צייט צו מאכן 'שבת פאר זיך' און ברענגן א ריכטיגע חסיד'ישע מצב, מיט וואס איז דאס אנדערש פון א שבת התוועדות פון בחורים אדער ווי אדמו''רי ארה''ק וואס פארן אויף א שבת קיין מירון וכדו', ומתי אעשה אני לביתי, און צוזאמנעמען אידן וואס קענען זיך ערלויבן א שבת אויף א חסיד'שין פארנעם מיט העכסט געלונגענע רעדנער, מנגנים וכדו'. מיר דארפן נישט מער פאשען אין פרעמדע פעלדער צו קענען האבן א שבת וואקאציע-קאנווענטשן!

מצד ב' איז די זאך אביסל מרפסן איגרא, חסידות וואס האט צו זיך דעם אפטייטש פון זיך האלטן צו מסורת אבות, נישט נאכטאנצן יעדע אמעריקאנער מאדע, מישט זיך שווער מיט דעם 'קאנווענטשן' ברי', וועלכער איז אן אמעריקאנער מציאות פון שפענדעראציע און פארברענגן, בפרט ווען מ'קיקט אביסל אויף די סארט אינטערטענמענט טאקע על טהרת הקודש, אבער דאך נישט דאס וואס חסידות שטעלט באמת פאר צו זיך, ס'נישט רוח חסידות נוחה הימנו, צו וועט עס זיין וויאזוי דע מענער פרויען וועלן זיך דרייען, צו דער סארט קלייענטעל וועלכע קומט צו גיין, איז עס א שטיקל בחינה פון מטהר זיין את השרץ בק''ן טעמים און א כשר חזיר פיסל.

ויראה העם וישפוט בין הנהו תרי צדדים.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:23 pm
דורך שמעון וואלף
פארשידענע חסידות'ן מאכן פון צייט צו צייט א. ג. שבת התוועדות'ן. טענה'ן די אידן וואס בעלאנגן נישט צו א ספעציפישע קרייז: למה נגרע - פארוואס זאלן מיר נישט אויך געניסן פון די איידיע?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
א שבת פאר אן אלפ'ל...???
א רעסעפי פאר דיזעסטער.