בלאט 1 פון 1

מנהג אבותינו vs שולחן ערוך

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:01 am
דורך נופת צופים
"פסח טוט מען אזויווי מען האט געזעהן ביי דער טאטע"

מיט דעם בין איך אויפגעוואקסן, אזוי האב איך געהערט פון מיינע מלמדים, אזוי זאגט מיר מיין ווייב, און אזוי זאגן מיר די חברים.

זעץ איך מיר אראפ מיט א שולחן ערוך שתי שבועות לפני החג, הייב איך אהן צו זעהן פילע זאכן וואס מיין טאטע טוט נאר נאך הוידעם בוידעם.

בין איך טאקע מחויב צו טוהן אלעס וואס איך זעה ביי מיין טאטע? איך טאר נישט ניצן א זרוע של טלה ווייל מיין טאטע האט גענוצט א טשיקן? איך דארף עסן חריין פאר די מרור - וואס איז כמעט א בדיעבד - ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוהן?
וואו איז דער מקור פון סתם נאכמאכן זאכן?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:20 am
דורך ירח בן יומו
וואס הייסט וואו איז די מקור פון נאכמאכן? מיין טאטע האט זיך אזוי געפירט ער פלעג אויך אלץ נאכמאכן.

Re: מנהג אבותינו vs שולחן ערוך

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:21 am
דורך נופת צופים
וואס איז געקומען ערשט, דער טשיקן אדער זיין איי?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 11:50 am
דורך יין שרף
דיין טאטע האסטו אמאל געזעהן ארויסנעמען א שולחן ערוך???
אזוי פאנגן זיך אן אלע פראבלעמען.... ביי אונז האט מען געוואוסט אז שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה!

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:39 pm
דורך געפילטע פיש
דעם שולחן ערוך מעגסטו נאר נוצן ווען ס'קומט מחמיר צו זיין, ווייל אמאל נעבעך, שוין, לאמיר נישט רעדן... אבער אז דיין טאטע האט נישט געגעסן קיין פאטעיטע סטארטש אדער מילכיגס, זאלסטו דיך נישט דערוואגן משנה צו זיין, דארט הויבן זיך אן אלע פראבלעמען, קודם וועסטו משנה זיין די קלייניגקייטן, היום אומר לו עשה כך, ומחר וועט דיר נאך די יצר הרע איינרעדן חלילה צו עסן געבראקס אדער חלילה זיך מישן. א גאנץ יאר האבן מיר ליידער א שו"ע וואס זאגט אז יעדע איד האט א חזקת כשרות און דו קענסט עם טראסטן אויף נבילות וטריפות, אבער פסח האבן מיר ב"ה א מסורה נישט צו טראסטן א צווייטע איד, נאר אויף גרעיפ דזשוס, מצה, און הארטע אייער.

Re: מנהג אבותינו vs שולחן ערוך

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:07 pm
דורך נופת צופים
יין שרף האט געשריבן:דיין טאטע האסטו אמאל געזעהן ארויסנעמען א שולחן ערוך???
אזוי פאנגן זיך אן אלע פראבלעמען.... ביי אונז האט מען געוואוסט אז שולחן ערוך איז געמאכט פאר גרים און בעלי תשובה!

ניין, און וועגן דעם טאקע פרעג איך. נישט האב איך אים אמאל געזעהן מיט א שולחן ערוך און נישט האלט איך אז ער ווייסט וואס ער טוט, אחוץ אז זיין טאטע האט אזוי געטוהן.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:18 pm
דורך יין שרף
פאר איך פסק׳ען דיר אפ, וויל איך נאר וויסן, לו יהא מנהג ישראל /חומרות פון דיין טאטע איז גובר. אויף וועם וועט ארויפטאנצן די קאפוויי פון צושטעלן אלע די חומרות, אויף דיר אדער דיין ווייב/מאן??
מנהגי ישראל איז טאקע מורה׳דיג חשוב און טייער. אבער לא תרדה בו בפרך איז פארט א דאורייתא!

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:07 pm
דורך נושא ונותן
ווענד זיך ווער דער טאטע איז, בעצם "וואס" דער טאטע איז

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:33 pm
דורך שצם_חנכל
דיין פוינט איז וואליד, אבער אז דו האסט פונקט אנגעכאפט דעם משל, זיי וויסן אז עס איז דא אן ענין צו עסן דייקא כריין ביי מרור ווייל עס איז נישט זיכער אז די היינטיגע שאלאטן איז די חזרת פון די משנה, איך מיין עס איז א חידוש פונם יעבץ און אסאך אידן פלעגן זיך נישט פארלאזן בלויז אויף דעם

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:40 pm
דורך מפוזרי
פונקט פארקערט, שאלאטן איז קלאר חזרת, און כריין איז כמעט זיכער נישט תמכא. (איך שרייב כמעט ווייל אמאל זענען יא געווען מאנכע וואס האבן געהאלטן אז ס'איז תמכא)

Re: מנהג אבותינו vs שולחן ערוך

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:12 pm
דורך נופת צופים
אין מ"ב שטייט אז חזרת איז שאלאטן. און אפילו תמכא איז יא כריין, איז חזרת די ערשטע אויפ'ן ליסט און ממילא קומט עס פאר אלע אנדערע.

שוין, האמיר שוין געלערנט עפעס אויכעט. צוריק צום גוף הענין.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז דער קעפל פון דעם אשכול איז אביסעל אומפארשטענדליך , עס קוקט עפעס אויס וואו דיין טאטע טוט קעגן דעם שולחן ערוך. און די ווילסט וויסן וואס צו טון ,

פסח איז די איינציגסטע יום טוב וואס איז אנגענומן בתפוצות ישראל אז מען טוט אזוי ווי דער טאטע טוט בין לקולא ובין לחומרי ! דהיינו אפי' די וואס טוען געווענליך אזוי ווי זייער רבי טוט . פסח אבער טוט מען וואס די טאטע טוט ,

יעצט אז איר ווילט נישט , איר מיזט נישט , אבער מאך אפ ביי דיר מיט א ישוב הדעת וואס איר נעמט אראפ , ווייל אז נישט טויג נישט ! מען ווייסט נישט קלאר וואס איז א הלכה , מנהג , דרבנן , הלכה למשה מסיני , צו סתם א משוגעת , און אז איר וועט אויפהערן זינגען נון בו דיין טעמפל שירה ... וועט איר שוין אויך אויף הערן מיט די נערישקייט פון פטר'ן די מרור...

Re: מנהג אבותינו vs שולחן ערוך

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:18 pm
דורך נופת צופים
איך פארשטיי נישט קיין איין איינציג ווארט וואס דו האסט דא געשריבן.
"פסח איז די איינציגסטע יום טוב וואס איז אנגענומן בתפוצות ישראל אז מען טוט אזוי ווי דער טאטע"
דאס גענוי איז מיין פראגע. פון וואו נעמט זיך עס?

און אויב וועל איך עסן גפן פאטעיטא סטארטש שטאטס סאכדעס גיי איך שוין אויפהערן טוהן אמת'ע הלכות, וואס שטייט טאקע אין שולחן ערוך? אפשר א יאר דערויף על איך עסן חמץ בפסח? אדער אפשר גאר איז שוין יעצט כאילו איך עס חמץ ווייל איך דעק נישט צו דער קאונטער מיט דריי לעיערס זילבער פעיפער? קאם אן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 10:28 am
דורך דולה ומשקה
דער 'שבת בלעטל' לייגט דאס גוט אראפ אז מיר פאלגן דעם שלחן ערוך בלויז ווען מיר וועלן און ווען פאר אונז איז דאס באקוועם.
https://shabbosblettel.files.wordpress. ... el-112.pdf

Re: מנהג אבותינו vs שולחן ערוך

נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:18 am
דורך מי אני
הרב דר. אשר סיעוו ז״ל האט אדורכגעטוהן באריכות דער רמ״א׳ס צוגאנג צו הלכה (וואס פון דעם איז דאך, ווי נישט, נובע די אשכנזי׳שע צוגאנג צו הלכה; בפרט די חרדי׳שע). ער טוט דורך אז דער רמ״א האט שטארק ארויסגעהויבן דעם ענין פון מנהג עד כדי כך צו די דרגא פון הלכה, אבער פארט נאר ווען עס האט א מבוסס׳דיגע מקור. (איך פארשטיי אז דאס אליינס, וואס הייסט א שטארקע מקור, איז נאך אלס אבסטראקט.)

אגב, אין די אשכול viewtopic.php?f=47&t=5507 טוט מען אביסל דורך די ארטיקל אין די שבת בלעטל.


Sent from my iPhone using Tapatalk