בלאט 1 פון 2
הרב אריה דוד שטיינהרטר
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:27 pm
דורך ראש הישיבה
איך זיך אינפארמאציע אויף דעם משפיע. איך ווייס גארנישט וועגן אים. לעצטנס איז דא א גרעסערע פאלויאינג נאך אים. עס איז נוגע פאר מיינס א ברודער. אויב איינער ווייסט עפעס וועגן אים זאל ביטע שרייבן.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:50 pm
דורך אפטעמיסט
א חשוב'ער איד, שטארקער תלמיד חכם, זייער קליג און א גאר גרויסער מאניפאלעיטאר. טייל האלטן אים זאגאר פאר א יודע נסתרות אבער דאס איז זיכער אז ער איז א געניטער פסיכילאג. ער וואוינט אין ירושלים און גיבט זיך אפ מיט בחורים אין נויט. פאר זיין נומער ביטע קומט אין אישי.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:52 pm
דורך לעיקוואד
אפטעמיסט האט געשריבן:א חשוב'ער איד, שטארקער תלמיד חכם, זייער קליג און א גאר גרויסער מאניפאלעיטאר.
היאך יתקיימו שניהם?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:54 pm
דורך אפטעמיסט
ער מאניפאלעיט די בחורים וואס ער נעמט קער פון. חשוב בלייבט ער.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:55 pm
דורך לעיקוואד
נישט אין מיין בוק. כמובן אויב איז אמת וואס איר זאגט.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 12:59 pm
דורך לעיקוואד
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:02 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס גלייכן אים נישט. איך זאג דיר וואס איך האלט פון אים. ער גיבט זיך אוועק פאר אנדערע און נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'קען נישט שרייבן אויף אן אפענעם פארום.
----
איך ווייס נישט ווער דער דאקטאר איז. שטיינהארטער זעט נישט אויס אזוי. די בילד איז פון יארן צוריק.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:06 pm
דורך לעיקוואד
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'איז טאקע דא אזעלכע וואס גלייכן אים נישט. איך זאג דיר וואס איך האלט פון אים. ער גיבט זיך אוועק פאר אנדערע און נאך אסאך אנדערע זאכן וואס כ'קען נישט שרייבן אויף אן אפענעם פארום.
----
איך ווייס נישט ווער דער דאקטאר איז. שטיינהארטער זעט נישט אויס אזוי. די בילד איז פון יארן צוריק.
וואס זענען די סודות דא?
וואס הייסט ער זעהט נישט אזוי אויס? פון וואס איך געדענק אים זעהט ער אזוי אויס, קען זיין היינט איז זיין בארד מער ווייס צווואס.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:10 pm
דורך אפטעמיסט
מעשיות וואס כ'האב פערזענליך מיטגעהאלטן יארן צוריק וואס איך קען נישט אויספויקן ברבים. אויך זיין אקטיוויטעטן אינערהאלב יד לאחים. ער איז אסאך ווייסער. לזה התכוונתי.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:17 pm
דורך לעיקוואד
מה שאצלך שבח גנאי הוא אצלי.
עס האט נישט קיין זין רעדן פרטים שאינם מאומתים כל הצורך, וועל איך נאר זאגען באופן כללי מיין שיטה.
בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה. אמונתו איז טייטש ארנטליכקייט, גלייכקייט. דער מערסטע יסודישע מעלה וואס א מענטש דארף האבען איז זיין גלייך, דאס גייט מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין, דער גרעסטער צדיק תלמיד חכם און העלפער, אז מען קען עם נישט גלייבען אויפ'ן ווארט, אז ער האנדלט נישט מיט מענטשען גלייך בתמימות, אז ער קען דיר זאגען גראבע ליגנט אין פרצוף אן קיין בושה, אז ער האנדלט מיט מענטשען מיט קונצן און חשבונות, מאניפולירט, זאגט איין זאך און מיינט א דריטער זאך, האלט זיך אלעמאל קלוגער פון דיר, און רעדט נישט קיינמאל גלייך אויף גלייך, איז זיין גאנצער צדקות ווערט א רעטאך. א פשוט'ער חבר קען מען מיט אזא בריה נישט זיין, כל שכן נישט עם מקבל זיין ברבי. (אגב וואס הייסט ער איז א תלמיד חכם? אין וועלכער מקצוע פונקט איז זיין מומחיות? אין נגלה? אין הלכה? אין לומדות? אין עיון? אין בקיאות? אין אגדה? אין קבלה? אדער אין זאגען שיעורים אין אור החיים הקדוש? וואס הייסט ער גיט זיך אוועק פאר אנדערע? אז ער האט נישט קיין נארמאלע דזשאב און ער איז פארנומען זיך אריינמישען אין די לעבן פון אנדערע מענטשען?)
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:30 pm
דורך אפטעמיסט
מ'קריכט דא אריין אין א לאנגער שמועס. אין קורצען איז אזוי, עלטערן האבן רעכט אויפצוצוען זייערע קינדער, עכ"פ יונגע קינדער, וויאזוי זיי ווילן. אויב א טאטע בעט א פסיכילאג צו טוישן זיין זון'ס מיינונג, איז דער פסיכילאג נישט קיין אוממענטש אויב ער פארדרייט אים די קאפ. ודוק כי קצרתי
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:35 pm
דורך לעיקוואד
אז איינער איז א דרייקאפ איז שווער אנצונעמען אז מיט די טאטע האנדלט ער יא גלייך. פארוואס זאל די טאטע אננעמען אז ער טוהט טאקע פאר זיינע מטרות? מיינסט טאקע אז מיט די טאטע האנדלט ער יא ערליך?
בר מן דין, דינג איך זיך טאקע אויף דער יסוד. קושטא קאי שקרא לא קאי. הרבה למדתי וראיתי מרבותי מחנכים מעולים יראי שמים ומאחד מהם לא ראיתי או שמעתי הצדקה להנהגה כזאת.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:35 pm
דורך בן נריהו
צוויי מאנען - מיט די "שטיינהארטער" נאמען - טוהט מען דא אויפטוישען. דער יעניגער וואס מיט בחורים גיבט זיך אפ - הרב יודא איז זיין נאמען.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:37 pm
דורך לעיקוואד
כמדומה שאחים הם, הרב יהודה הוא רשמית פסיכולוג ויועץ, והרב אריה דוד מתקרי משפיע וכו' והוא פסיכולוג ויועץ. ועל שניהם אני אומר אותו דבר. אלא שעל יהודה אין בכלל קס"ד שהוא משפיע או משהו רוחני כזה, ובעניינו יש להאריך בנפרד.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:43 pm
דורך בן נריהו
א זוהן זיינס - פון הרב יודא'ן - האט ער פארהייראט מיט א מיידעל וואס איז ביי עם ערצויגן. ווער עס טוהט מיט אייפער פאר ג-ט'סוועגן - דער ווערט פארשריגען דורך נישט-טוהערס אז א קעסטעלע מיט ווערים הענגט אויף ארונטער.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:46 pm
דורך אפטעמיסט
אופס... כ'האב געמיינט מ'רעדט פון יודא שטיינהארטער
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:55 pm
דורך לעיקוואד
.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:06 pm
דורך ראש הישיבה
אויב איינער האט מער פרטישע אינפערמאציע אדער אייגענע עקספיריענס, זאל ביטע דא לייגן אדער שיקן אין אישי, עס איז אן ענין נחוץ.
שכוח
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:10 pm
דורך אפטעמיסט
בן נריהו האט געשריבן:א טאכטער זיינס - פון הרב יודא'ן - האט ער פארהייראט מיט א בחור וואס איז ביי עם ערצויגן. ווער עס טוהט מיט אייפער פאר ג-ט'סוועגן - דער ווערט פארשריגען דורך נישט-טוהערס אז א קעסטעלע מיט ווערים הענגט אויף ארונטער.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:13 pm
דורך בן נריהו
אפטעמיסט האט געשריבן:בן נריהו האט געשריבן:א טאכטער זיינס - פון הרב יודא'ן - האט ער פארהייראט מיט א בחור וואס איז ביי עם ערצויגן. ווער עס טוהט מיט אייפער פאר ג-ט'סוועגן - דער ווערט פארשריגען דורך נישט-טוהערס אז א קעסטעלע מיט ווערים הענגט אויף ארונטער.
א צייכען פון עהרע איז דאס - צו גלויבן אזוי שטארק אין די אייגענע ווערק. נישט א מאניפיולירער איז ער - דער הרב יודא, נאר אן אויפטוהער מיט א קלארע - און שטארקע - מיין, איז ער.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:18 pm
דורך לעיקוואד
.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:22 pm
דורך אפטעמיסט
אדרבה, דערצייל. ס'קען נוגע זיין. וואס האסטו צו זאגן אויף אים?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 2:24 pm
דורך לעיקוואד
אינו מן הענין לכתוב סיפורים אישיים. ולכתוב בלי להוכיח גם כן אינו מן הענין, אז חדלתי. אם לעצתי תקשיבו - לא תגע בו יד.