בלאט 1 פון 7
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:36 pm
דורך איך אויך
וועלקאם טו די ריעל ווארלד מיי פרענד! טאמיר מיינסט אז דא רודפט מען נישט קיינע ניקס על זוטות (ספעציעל 'קעלנער' לויט מיין ערפארונג) האסטו א גרויסן טעות און טאמיר מיינסט אז דא איז יעדער איקוועל און עס הערשט נישט קיין פעווערטיזם האסטו נאך א גרעסערן טעות (שטעל דיך פאר אויב א ניק ווי למשל ראובן וואלט געעפנט יענע אשכול צו מען וואלט עס געמעקט).
אבער קענסט ווארטן שטייעדיג ווייל לכאורה גייט דיע אשכול אויך ווערן שנעל געמעקט.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:37 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל נישט שרייען אין די וועלט אריין, אבער דאס יא, עס פאדערט אן אויפקלערונג פון א מנהל וואס דא גייט פאר.
מען קען נישט פארשטאפן דעם שופר של יהדות החרדית!
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:45 pm
דורך פרייוויליג
המלוכה והממשלה האט געשריבן:רבותי יעצט איז די צייט אויסצושרייען א וויי געשריי און נישט ווארטען ביז עס גייט אוט אף קאנטראל. היינט איז דא פארגעקומען א מיאוס'ע פרשה וואס מ'האט זיך גענומען איבער די ביינער פון א אשכול סתם ווייל אזוי האט זיך פארשמעקט פאר א מנהל פון די נייע מנהלים. קודם כל האט מען פארשפארט די באלערענדע אשכול פון [tag]גנדי[/tag] ווי ער האט געשריבן באופן לצנותא דע"ז איבער די "תקנות" פון מוסדות. נאך א קורצע וויילע איז די גאנצע אשכול פארשווינדען געווארן.
דערווייל האט קיין איין מנהל נאך נישט גענומען די מיה מסיבר צו זיין וואס דא גייט פאר , און דערווייל קוקט אויס ווי מ'וויל דא איינפירן שאריא געזעץ ווי אין אייוועלט. אונז זענען דא אין קאווע שטיבעל ווייל די פרייע ווארט איז אונז טייער!!! מעקערייען און פארשפארערייען באלאנגען אין אייוועלט. יא , אויב ס'איז קעגן די תורה פארשטייט יעדער אז מ'דארף מעקן , אבער אזא זאך וואס מ'ברענגט ארויס א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע די חינוך פון אונזערע קינדער איז א עזות און חוצפה צו פארמעקן.
אויב די נייע מנהלים זענען אימפארטירט פון אייוועלט זאלן זיי וויסן אז דא איז "קאווע שטיבל"!!! דא לאזט מען יעדעם רעדן ווילאנג עס איז נישט כנגד התורה!! מ'קען נישט דא פירן אזא ווערטשאפט.
אויב איר וועט אייוועלטירן וועלן מיר רעוואלטירן!!
עס איז דא איין וועג צו רעוואלטירן:
Sign Out. אם ניקים אין כאן אין כאן כלום. עס ווענד זיך אין אונז.
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:47 pm
דורך סאשי פיש
[tag]באריסטא[/tag]
Re: אייוועלט עליך , קאווע שטיבל!!
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:48 pm
דורך petergrifin
אכשר דרא?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 5:59 pm
דורך פרייוויליג
המלוכה והממשלה האט געשריבן:כ'האב באמת געשריבן אביסעל צו שארף , און כ'האב אביסעל געטוישט. מ'דארף הערן פון די מנהלים אימידיעיטלי!!
איך זע אז דער אימת האייוועלט האט שוין אנגעהויבן משפיע זיין...
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:07 pm
דורך ישראל קאפקע
באמת האט מיר נישט אינגאנצן געשמעקט דעם אשכול, ספעציעל די שפעטערע תגובות. אבער נישט אויף אזוי ווייט אז מען זאל עס אפשפארן, אוודאי נישט עס גענצליך פארמעקן.
ווייניגסטנס קומט א הסבר פארוואס דאס איז געווארן פארמעקט.
איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט דאס געטון. קען איינער פון די גבאים כאטש זיך נעמען די מיה און ערקלערן פארוואס מען האט געדארפט רעאגירן אזוי שארף?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:20 pm
דורך zurich
איך מיין ס'פארט שוין ממילה ארים אויף אלע גרופס די ארטיקל סא מעקן וועט ניקס העלפן.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:28 pm
דורך אסף המזכיר
אגוטן, טייערער עולם. איך וויל אייך בעטען, אין נאמען פון די הנהלה, זיך צו האלטען רואיג. נישט אויף לאנג וועט מען ארויסגעבען א קלארשטעלונג וואס פונקטליך איז דא פארגעגאנגען. ווי אויך וועלען מיר אויסשמועסען אפאר פונקטען וואס שטייען אויף דעם טאג ארדענוג.
אסף המזכיר
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:36 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
דאס שרייען איי וועלט אויף קאווע שטיבל, קומט מיר ווי די קנאים וואס שרייען נאציס אויף די משטרה.
בכל אופן דיין וויי געשריי הממלוכה והממשלה איז בארעכטיגט.
ווי איז [tag]אפטעמיסט[/tag] מיט זיין [tag]רויטע וואנצעס[/tag] צו געבן אן אויפקלערונג ?
אסף האקט
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:37 pm
דורך פלעין יודיש
קען קוים שרייבען יודיש און שוין איז ער געווארן מזכיר פון א יודישען פארום
אתמהה
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:40 pm
דורך איך אויך
בענדשי יקירי
ווי איך האב צוגעצייכענט פריער הערשט א גרויסע חילוק צווישען חשובי הניקס ווי דיר און עמך ניקס וואס ווערן געטריטעט מיט א אנדערע סעט אופ סטענדערטס האבען כאטשיק דאס רעכט אויסצושרייען זייער ווייטוג.
במחכ''ת דיין נאצי שרייען השוואה איז זינלאז.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:46 pm
דורך משולם שטיינפעלד
.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 6:48 pm
דורך I'm back
כולנו למערכה!!!
ווער וויל דרוקן באמפער סטיקערס?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
אה ס'לעבט... קאווע שטיבל בתפארתה.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:18 pm
דורך אפטעמיסט
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:דאס שרייען איי וועלט אויף קאווע שטיבל, קומט מיר ווי די קנאים וואס שרייען נאציס אויף די משטרה.
בכל אופן דיין וויי געשריי הממלוכה והממשלה איז בארעכטיגט.
ווי איז [tag]אפטעמיסט[/tag] מיט זיין [tag]רויטע וואנצעס[/tag] צו געבן אן אויפקלערונג ?
אסף האקט
שכויח פאר די כיבוד, אבער ווילאנג די הנהלה נעמט מיר נישט אפיציעל אויף אלס ווארטזאגער, קען איך נישט רעדן אין זייער נאמען.
ערענסט גערעדט, בין איך אויך צעמישט וואס דא גייט פאר. כ'וויל נאר האפן אז ס'איז עפעס א מיספארשטענדעניש וואס גייט אט אט קלאר ווערן. כ'וויל נישט טראכטן אז א טויש אין פאלאסי האט חלילה פאסירט. השם ירחם.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:21 pm
דורך פלעין יודיש
שוין מ'האט שוין געמעקט שטיינפעלד אויך
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:32 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איך אויך האט געשריבן:בענדשי יקירי
ווי איך האב צוגעצייכענט פריער הערשט א גרויסע חילוק צווישען חשובי הניקס ווי דיר און עמך ניקס וואס ווערן געטריטעט מיט א אנדערע סעט אופ סטענדערטס האבען כאטשיק דאס רעכט אויסצושרייען זייער ווייטוג.
במחכ''ת דיין נאצי שרייען השוואה איז זינלאז.
קען זיין אז איך האב א טעות, אבער דאכט זיך אז רוב מעקערייען זענען איבער פערזענליכע אטאקעס צווישן ניקים, אדער אויף דרויסענדע פריוואטע מענטשן (און טייל פעלער וועגען גראבע ניבול פה, און איך מיז מודה זיין אז אין דעם הינזיכט האב איך יא באמערקט אן איפה ואיפה'דיגער הנהגה).
א חוץ פון דעם הערשט מער ווייניגער א חופש הביטוי פאר אלעמעןן איבערן אלעמען, און פארגלייכןן אונער הייליג שטיבל צו איי וועלט איז קראנקהאפטיג און זינלאז! פארשטייסטו מיר [tag]איך אויך[/tag] יקירי אהובי וידידי?
קאררעט מי איף איי עם ראנג.
איי עם סאררי רויטע וואנצעס און אפטעמיסט כהאב געמיינט אז ענק זענען די גבאי החודש.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:34 pm
דורך פלעין יודיש
אסף המזכיר האט געשריבן:אגוטן, טייערער עולם. איך וויל אייך בעטען, אין נאמען פון די הנהלה, זיך צו האלטען רואיג. נישט אויף לאנג וועט מען ארויסגעבען א קלארשטעלונג וואס פונקטליך איז דא פארגעגאנגען. ווי אויך וועלען מיר אויסשמועסען אפאר פונקטען וואס שטייען אויף דעם טאג ארדענוג.
אסף המזכיר
ווי לאנג נעמט צו באקן א תירוץ?
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:49 pm
דורך איך אויך
בענדשי ,אזוי ווי א זאטער פארשטייט נישט קיין הונגעריגער און א באווייבטער א גרוש וועסטו נישט פארשטיין די רדיפות וואס א עמך ניק מאכט מיט ווען א רייסער איז מחליט עם צו לערנען בלק. עס איז א בחינה פון גערעיפטע פרויען וואס אלע סטאטיסטיקס ווייזן אז ס'רוב דערפון ווערן כלל נישט באריכטעט מחמת בושה ,והה'ד בנידן דידן אז רוב נרדפים מיינען 'איך בין די איינציגסטע' און האבען נישט דער קוראדש צו פארציילען די שאנטאזש ברבים. אבער כאן מצא בדלא''ח ווען אזא בעלענט רמיסה קומט פאר בריש גלי מעג מען און זאל מען אויך ארויסברענגען די וויי געשריי פון די פשוטי הניקס בכלליות.
געב א קוק אויף די איינצעלנע אשכולות בנוגע צענזור און בכלל הנהלה ענינים האט מען תמיד געווארט לאנג פאר א ענטפער פון זיי און עפ''י רוב ווארט מען נאך עד עצם היום הזה (כ'רעד נישט פון דברים של מה מכך דארט איז גרינג צו ווייזן א שלייער אז מען 'ענטפערט' אבער די ווייכטיגע ענינים בלייבט כקול קורא במדבר).
זאגן אז א צוגלייך צו א''ו איז נישט פאסיג איז אויך ראנג לדעתי ווייל יעדע פאליסי טויש הייבט זיך אן קליין און אזא ענין וואס איז נוגע צום עצם קאנסיטאציע פון אונזער פאונדינג פאדערס מעג בשום אופן נישט אדורכגיין אן דברי מחאה (כידוע די ווארט פון יענע דייטשע דענקער).
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:53 pm
דורך אפטעמיסט
אוי ר' איך אויך. מיין הארץ גייט אויס פאר דיר

ס'הייסט דו קומסט דא אין שטיבל צו שמועסן און פארברענגען און אנשטאט דעם טיילט מען דיר אויס שבעה מדירי גיהנום. איי איי איי וואס אידן מאכן מיט.
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:וועלקאם טו די ריעל ווארלד מיי פרענד! טאמיר מיינסט אז דא רודפט מען נישט קיינע ניקס על זוטות (ספעציעל 'קעלנער' און יא כ'ווייס אז ער איז א נוקם ונוטר און כ'גיי צאלן א פרייז דערפאר) האסטו א גרויסן טעות און טאמיר מיינסט אז דא איז יעדער איקוועל און עס הערשט נישט קיין פעווערטיזם האסטו נאך א גרעסערן טעות (שטעל דיך פאר אויב א ניק ווי למשל ראובן וואלט געעפנט יענע אשכול צו מען וואלט עס געמעקט).
אבער קענסט ווארטן שטייעדיג ווייל לכאורה גייט דיע אשכול אויך ווערן שנעל געמעקט.
איך אויך: און ווען בערל בעל עגלה וואלט געעפנט די אשכול וואלט מען עס אפילו נישט געדארפט צו פארשפארן. ווייל קיינער...אבער קיינער, אפילו נישט א נפש חיה וואלט זיך אנגערופן....

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 8:09 pm
דורך ביבער
קוקט אויס אז די הנהלה האט באשלאסן צו מקדים זיין אפריל פולס טאג צוליב די פארנומענע ערב פסח טעג נעקסטע וואך.