בלאט 1 פון 2

שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:29 am
דורך [NAMELESS]
אזויווי יעצט אויף די ארענע שטייט ווידעראמאל, במלוא בושתו וחרפתו, די טעמע פון צענזור דא אין שטיבל. האט איינער אין א שכינות'דיגע אשכול אויפגעברענגט א וויכטיגע פרט אין צענזור דא ביי אונז אין קאווע צימער, נעמליך דאס אומ'יושר'דיגע סעלעקציעס פון מבחין זיין בין בת לבת. איך אליינס בין אויך א קרבן פונעם רעכטס/לינקס סיסטעם, מיר האט מען אויך נישט לאנג צוריק פארפאטשקעט א בילד וואס זייער אסאך אנדערע ענדליכס צו דעם ליגן במנוחה נכונה אין אנדערע אשכולות אומבארירט. איך דארף קיינעם נישט פארציילן ווי דאס האט מיר געשמעקט. עפן איך דא אויף דעם אשכול וואס זאל דינען אונזערע חברים אחים לצרה וואס זענען דורך דאס זעלבע, ד"ה אז זייערס אן ארטיקל האט מען צענזורירט, פארשפארט, אפגעמעקט, פארשמירט, פארראכטן וכל מדוי מצרים הטובים העולה על רוחם של המעקערס היקרים פה קאווע-שטיבל הע"י.

איך בעט און איך אפעליר ווער נאך ס'איז אלץ אדורך אזא טריעטמענט זאל דא ארויספראקן דאס וואס מ'האט אים צענזורירט ברחל שוויגערך המלאה מיט א מראה מקום צו אן ענדליכע תגובה פון א צווייטן אין די זעלבע תקופה וואס מ'הט יא געלאזט כמות שהיא וירא הקהל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 12:33 am
דורך קאווע טרינקער
וואס פארשטייסטו נישט? דער גבאי פון יענעם חודש פארשטייט נאר איין שפראך: לייקס. און דאס גיבסטו אים נישט.

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:05 pm
דורך סארווירער
כעלעמער מגיד. כדי צו פארשטיין וואס האט פאסירט, אפשר זענט איר מסכים נאכאמאל ארויסצושטעלען די בילד וואס איז פארמעקט געווארן כדי מען זאל קענען דן זיין דערין ברבים?

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
Star of David In congress.png
Star of David In congress.png (471.62 KiB) געזען געווארן 2309 מאל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:11 pm
דורך געוואלדיג
גראדע פארשטיי אךי די פארמעקן די בילד,

איך וואלט אבער מציע געווען לו עמי שומע לי, אז א החלטה וועגן מעקן זאל געמאכט ווערן מיטן כותב התגובה און מען זאל איהם געבן די רעכט עס אליין צו פארמעקן, איך מיין אז עס איז מער מכובד'יג ווען דער כותב קען אריין רעדן אין די החלטה, און ווען ער איז א שותף דערצו, און ווען ער אליין פארמעקט אויב איז נויטיג.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:גראדע פארשטיי איך די פארמעקן די בילד,

איך פארשטיי גראדע נישט. אבער דאס איז נישט די נקודה דא, ס'שוין דא אין אנדערע מקומות דא אין שטיבל דעבאטעס איבער דעם.

די נקודה פון מיין טענה דא איז בעיקר אויף די סעלעקציעס בין ניק לניק, סיי לגבי בילדער און בכלל ווען ס'קומט צו צענזור ווי שוין ארויסגעברענגט אויבן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:22 pm
דורך סארווירער
קענסטו עלעבארירן וואס איז געווען די כוונה אינעם בילד און פארוואס האט מען עס געמעקט? האסט באקומען א מעלדינג אז מען האט געמעקט?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
סארווירער האט געשריבן:קענסטו עלעבארירן וואס איז געווען די כוונה אינעם בילד און פארוואס האט מען עס געמעקט? האסט באקומען א מעלדינג אז מען האט געמעקט?

דער בילד באלאנגט דא.

ניין, כ'האב נישט באקומען קיין שום מודעה אז מ'מעקט. (ווען איך באקום ווען יא א מעלדונג ווייס איך אויך נישט וואס ס'וואלט מיר געהאלפן)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:49 pm
דורך איך אויך
אויב עס איז פארהאן דא איינער וואס ווערט אנגעהייצט פון די נקבות אויף די בילד זאלער קומען צו מיר אין אישי און כ'וועל עם אויסצאלן א דאקטער דריגענד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:53 pm
דורך געוואלדיג
איך אויך האט געשריבן:אויב עס איז פארהאן דא איינער וואס ווערט אנגעהייצט פון די נקבות אויף די בילד זאלער קומען צו מיר אין אישי און כ'וועל עם אויסצאלן א דאקטער דריגענד.

די נקודה איז נישט יא אנגעהייצט אדער נישט נאר די עצם נקודה פון א בילד וואס איז פיל מיט נשים און נישט עפעס אפאר נשים פון דערווייטנס נאר טאקע קלאר, ווען איך זעה ווען די בילד וואלט איך עס בארעכטעט,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:54 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אויב עס איז פארהאן דא איינער וואס ווערט אנגעהייצט פון די נקבות אויף די בילד זאלער קומען צו מיר אין אישי און כ'וועל עם אויסצאלן א דאקטער דריגענד.

רעד נישט צו הויעך, ווייל באלד וועט נאך שמריה שרייבן אז חסידים זענען ראסיסטן און שונאי נשים...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 3:55 pm
דורך איך אויך
געוואלדיג האט געשריבן:די נקודה איז נישט יא אנגעהייצט אדער נישט נאר די עצם נקודה פון א בילד וואס איז פיל מיט נשים און נישט עפעס אפאר נשים פון דערווייטנס נאר טאקע קלאר, ווען איך זעה ווען די בילד וואלט איך עס בארעכטעט,


מטעם וואס?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:10 pm
דורך סארווירער
איך בין יעצט בקשר מיט'ן מעקער. איך וועל שפעטער רעפארטען אפדעיטס.

Re: שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:51 pm
דורך דעת תורה
איך אויך האט געשריבן:אויב עס איז פארהאן דא איינער וואס ווערט אנגעהייצט פון די נקבות אויף די בילד זאלער קומען צו מיר אין אישי און כ'וועל עם אויסצאלן א דאקטער דריגענד.

פונקט געזען יעצט א סיפור, דוכט זיך פון ר' אלי' לופיאן, א בחור האט אים גע'טענה'ט אז עס שאדט אים נישט צו גיין צו געוויסע פלעצער, ס'איז נישט עושה רושם אויף אים.

האט ר' אלי' געזאגט, איך בין א איד פון 80 יאר, און אז איך גיי אויף דעם פלאץ ציטער איך, און דו ביסט א יונג בחור'ל און עס שאדט דיר נישט? דו ברויכסט זיך דרינגענד גיין באהאנדלען ביי א דאקטאר, אפשר איז עפעס ראנג מיט דיר...

(פארשטייט זיך אז ביידע זענען גערעכט, אלעס ווענדט זיך אין די רגילות).

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:54 pm
דורך געוואלדיג
איך אויך האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:די נקודה איז נישט יא אנגעהייצט אדער נישט נאר די עצם נקודה פון א בילד וואס איז פיל מיט נשים און נישט עפעס אפאר נשים פון דערווייטנס נאר טאקע קלאר, ווען איך זעה ווען די בילד וואלט איך עס בארעכטעט,


מטעם וואס?

איך האב מיך קלאר מסביר געווען,

איך בין נישט געמאכט פון ראבער.. :lol:

Re: שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:56 pm
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אויב עס איז פארהאן דא איינער וואס ווערט אנגעהייצט פון די נקבות אויף די בילד זאלער קומען צו מיר אין אישי און כ'וועל עם אויסצאלן א דאקטער דריגענד.

פונקט געזען יעצט א סיפור, דוכט זיך פון ר' אלי' לופיאן, א בחור האט אים גע'טענה'ט אז עס שאדט אים נישט צו גיין צו געוויסע פלעצער, ס'איז נישט עושה רושם אויף אים.

האט ר' אלי' געזאגט, איך בין א איד פון 80 יאר, און אז איך גיי אויף דעם פלאץ ציטער איך, און דו ביסט א יונג בחור'ל און עס שאדט דיר נישט? דו ברויכסט זיך דרינגענד גיין באהאנדלען ביי א דאקטאר, אפשר איז עפעס ראנג מיט דיר...

(פארשטייט זיך אז ביידע זענען גערעכט, אלעס ווענדט זיך אין די רגילות).

והטעים זאת במשל להני אנשים ההולכים יחף ואינם מרגישים כלום,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
נאכאמאל

מ'רעדט נישט דא פון די עצם בילדער טעמע. דא רעדט מען פון די דיסקרימינעישן וואס גייט דא פאר. צי מ'זאל לאזן בילדער צי נישט איז א דעבאטע פאר זיך, אבער צו קלויבן זיך וועמען צו צענזורירן און וועמען לאזן מנוחה דאס איז אומאקצאפטירבאר און קען נישט טאלארירט ווערן ביי אנשים ישרי לב ומוח תושבי קאווע שטיבל.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:17 pm
דורך געוואלדיג
רבותי, אפשר ברענגט מען קלארע דוגמאות וואס איינער האט געשריבן און מען האט פארקוקט, און וואס איינער האט געשריבן און מען האט פארמעקט מען זאל זעהן קלאר די איפה ואיפה, איך וויל קענען אריינרעדן אבער איך ווייס נישט קיין דודמאות. א דאנק כעלעם'ר מגיד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:31 pm
דורך סארווירער
דער געוועזענער מנהל גבאי שני איז געווען דער מעקער.

נאך א לענגערע שמועס אהין אין צוריק, ציטיר איך דא זיינע ווערטער:

זאג פאר כעלעמער אז איך האב עס קיינמאל נישט אוועקגענומען נאר געמאכט אביסל בלורי די פנים פון איין פרוי, און אויך אז די נקודה פון זיין הודעה האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די פרויען אין די בילדער, און מאכן בלורי די פנים'ער האט גארנישט אוועקגענומען.

איך בין מסכים אז דאס נישט שרייבן ווער האט דאס געטוהן און פארוואס איז געווען נישט ריכטיג מצדי.‎ בשעת מעשה האב איך נישט געשריבן אז איך האב עס רעדאגירט, ווייל איך האב נישט גע'חלום'ט אז אזא פשוט'ע זאך דארף ארויסגעשריבן ווערן. יעדער ווייסט אז מיר האבן א תקנה קעגן בילדער פון פרויען.

כעלעמער ווייסט אליינס אז לייגן בילדער פון פרויען איז קעגן אונזערע פרינציפן. אויב איז די בילד נישט דירעקט פון פרויען קען מען אמאל פארקוקן, אבער עס איז קלאר נישט דא קיין ניקס וואס מ'איז מער מחמיר ווי ביי אנדערע בנוגע אזעלכע זאכן.‎ איבערהויפט אז דא האט מען באריכטעט זיין תגובה.

עס איז נישט דא קיין שום פעיוואריטיזם וועמענ'ס פרויען בילדער צו פארמעקן און וועמנ'ס נישט. אין אלגעמיין האבן מיר א קלארן פרינציפ קעגן בילדער פון פרויען, און איך בין ממש נישט משיג זיין טענה פון מינאריטעטן. אויב טענה'ט ער אז אין אנדערע פעלער האט מען נישט געמאכט בלורי אזא סארט בילד (דאס הייסט א בילד וואס איז נישט היסטאריש, די פרויען זענען צענטראל אין דעם בילד, און די פרויען האבן נישט קיין שייכות מיט די נקודה פון דעם ארטיקל) איז ער מכובד צוצולינקען אהין און מען וועט זיך זיכער אפגעבן דערמיט כראוי. אפילו אויב עס איז טאקע געוועהן אזא פאל, איז עס נאר ווייל עס איז פארזעהן געווארן.

עס איז נישט דא איין מענטש וואס גייט דורך יעדע הודעה און מאכט אפ דאס יא און דאס נישט. עס איז דא א שיינע צאל מנהלים אחראים און גבאים, און נישט יעדעמ'ס שיקול הדעת איז גענוי די זעלבע, און נישט יעדע הודעה ווערט געזעהן אדער באריכטעט. אמאל קען זיין אז פונקט צו זיין מזל האט מען דעם הודעה באריכטעט ממילא איז עס געזעהן געווארן דורך אן אחראי, און א צווייטנס איז נישט באריכטעט געווארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:50 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס פארשטייסטו נישט? דער גבאי פון יענעם חודש פארשטייט נאר איין שפראך: לייקס. און דאס גיבסטו אים נישט.

קוק טאקע וויפיל לייק'ס [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] האט געגעבען אין זיין לעבען. א חרפה און א בושה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
די טענה פון פעווערטיזם איז לעכרליך. א שאד די עולם האט נישט א בליק אין חדר הגבאים. מ'איז שוקל 100 מאל אויף יעדע באריכט, און קיינער איז נישט מער פוונעם צווייטן. איך בין שוין דא אן אנגעלייגטע תושב און כ'האב שוין געכאפט אפאר אזהרות און מחיקות, אזוי גייט עס. ווי זאגט ביבער, ס'דא נישט דא קיין קלוגע ניקים נאר קלוגע תגובות, אז איינער מאכט אמאל א טעות און מ'מעקט, מיינט עס גארנישט פרעזענדליך. ווען כ'האב געהאט די זכיה צו זיין גבאי האב איך געזעהן ווי אין פארנומענע צייטן איז אומעגליך צו האלטן א אויג אויף אלעס, מילא פארזעהט מען אמאל איינעם איבערן צווייטן ווי סארווירער ברענגט בשם גבאי שני. דאס אז מ'מעקט אפאר מאל אן קודם רעדן מיט'ן כותב איז א שטיקל טענה, יעדע דעמקראטיע דארף האבן א הירינג אפציע פאר מ'טוט שריט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:רבותי, אפשר ברענגט מען קלארע דוגמאות וואס איינער האט געשריבן און מען האט פארקוקט

סהדי במרומים אז כ'האב פונקט געהאלטן אינמיטן צוזאמשטעלן א ליסטע פון בילדער וואס מ'האט ארויפגעשטעלט דא אין שטיבל אין בערך די זעלבע תקופה וואס מ'האט "פארפאטשקעט" מיין בילד (יא, פארפאטשקעט האב איך געשריבן, כ'האב קיינמאל נישט געטענה'ט - ווי "סארווירער" איז מעתיק - אז די גבאים זאלן האבן "פארמעקט" דאס בילד. אדרבה. דארט אין אשכול שרייב איז בפירוש אז איך בין דער וואס נעמט אראפ דאס בילד וויבאלד מ'האט "אפגעפירקלט א האלבען בילד". און יא, מ'האט מיר פארפאטשקעט "אלע" חוץ איין פנים פונעם בילד, נישט "נאר געמאכט אביסל בלורי די פנים פון איין פרוי", ס'האט נעבעך אויסגעזעהן דאס בילד נאכן צענזור ווי א קרחת וגבחת מיט יענע מחלה). נאר ווען ס'איז אריינגעקומען דא דער מעלדונג פונעם מנהל אז איך זאל נאר מעלדן און זיי וועלן שוין מעקן וויל איז נישט אז ס'זאל זיין ידי במעל הזה. קענסט אבער זייער גרינג כאפן א בליק אין שטיבל און טרעפן א שטויס מיט בילדער פון א סאך א ווייטערען קוואליטעט ליגן על מכונם בשלום אומבארירט.

אז מ'רעדט שוין, פאר א צייט צוריק האב איך באריכטערט א מודעה פאר די גבאים, א זאך וואס איך טוה זייער זעלטן, כמעט נישט. די רעדע איז געווען פון א מיאוס'ע שטיקל ליצנות פערזענליך אויף א רבי פון אלפי ישראל וואס לעבט שוין נישט איבער צוואנציג יאר און איך האב נישט געטראכט קיין צוויי נאר אז זיכער ביז א שעה צוויי איז דער שענדליכער תגובה אין מיסט אריין דארט ווי זי באלאנגט. איך ווארט און ווארט און ווארט, ס'האט גענומען א פאר וואכן ביז איך באקום א מודעה פון די הנהלה אז מיין באריכט איז "מסודר געווארן דורך איינער פון די גבאים". וואס מיינט איר, איך גיי אהין צו יענע אשכול און דעם שמוציגע געשרייבאכטץ זיצט נאך דארט ווי א זב אויפן מושב. נו וואס דארף איך טוהן אין אזא פאל, באמת גארנישט, וואס איז עס מיינע געשעפטן, אז כ'האב געזעהן עפעס האב איך געדארפט באריכטן, יעצט אז זיי ווילן נישט וואס גייט מיר עס אן, זאלן די הנהלה פירן דאס פלאץ ווי זיי שמעקט. האט מיר פארט זיך פארגלוסט צו מאכן אן עקספערימענט און צוריקגעגאנגן צו יענע תגובה און נאכאמאל געדרוקט דעם באריכט קנעפל, אולי משגה היא. וואס מיינט איר, א טאג דעראויף באקום איך נאכאמאל די זעלבע מודעה ווי צוויי טאג פריער אז "ס'איז מסודר געווארן", דא האט עס שוין גענומען שנעלער, אבער מפטירין כדאתמול, אין קול ואין קשב די גארבעטש איז נאכנישט ארויסגעטראגן געווארן עד היום הזה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:14 pm
דורך יתרו
כעלעמער א לינק ביטע