בלאט 1 פון 4

נייע תקנות פאר קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:00 am
דורך לעיקוואד
בעזהשי"ת יומי דניסן תשע"ה

הננו להודיע סדר תקנות חדשות לגדור גדר ולעמוד בפרץ, והמוסיף יוסיפו לו מן השמים.

בילדער

1) עס וועט נישט ערלויבט ווערן קיין שום בילדער פון רבי'ס, מחשש אז די ציעדיגע קליידער וועלן מעורר זיין הרהורי עבירה ביי די ווייבער שוהל. היסטארישע שווארץ-ווייסע בילדער זאל מען קודם דורכרעדן מיט א גבאי.

2) די זעלבע יעדע בילד פון א מאן אדער בחור וואס גייט נישט קיין לאנגע הויזן און עס דערקענט זיך די צורה פון די פיס ווערט שטרענג פארבאטן.

3) בילדער פון זינגערס עסקנים, אדער סיי וועלכער מענטש וואס פאררופט זיך אויף זיין אמת'ער נאמען און דערוואגט זיך עובר זיין דער איסור גילוי, וועלן בשום פנים ואופן נישט טאלערירט ווערן.

גילוי

הן ידוע לכל גודל איסור גילוי שהזהירו רז"ל, וכמבואר בדברי אדוננו הגר"א שגם כאשר הטעם בטל דבריהם קיימים.

היות לעצטנס איז פארגעקומען א שרעקליכע סעקיורטי בריטש, מיר האבען מגלה געווען אז די משומר פילטער האט באוויזן זיך אריינברעכן אין אונזער סערוווער און זעהן די ניקן פון אלע ניקים, זענען מיר מזהיר מהיום והלאה די תקנות:

1) יעדער איינער איז מחוייב ביז פסח זיך טוישן א ניק, לדוגמא קאווע טרינקער קען למשל ווערן קאווע זויפער, ראובן קען ווערן שמעון, לעיקוואד קען ווערן מאנסי, אפטעמיסט קען ווערן פעסימיסט, גאלד קען ווערן זילבער, יאיר קען ווערן נוגה, איינגעמיירעט קען ווערן פרייוויליג, פרייוויליג קען ווערן איינגעמיירעט, ונבנתה העיר קען ווערן חורבן הבית, כוכב קען ווערן לבנה, המלוכה והממשלה קען ווערן דעמאקראטיע, וכן הלאה. אזוי וועט אוודאי קיינער נישט כאפן ווער אונז זענען.

2) עס וועט פארגעשטעלט ווערן א נייע סיסטעם וואס ווען מען טעגט א ניק וועט דער סיסטעם רענדאמלי טעגן א צווייטע ניק, די זעלבע מיט הודעות אין אישי, אזוי עס זאלן נישט ווערן חלילה קיין פערזענליכע קשרים וואס אחריתם מי ישורנה.

שימוש באינטרנט שלא לצורך פרנסה

1) כידוע לכל גודל האיסור הרובץ על השימוש באינטרנט לצורכי הנאה בעלמא, מאכט די הנהלה קלאר אז דער סייט איז דירעקט געשטעלט געווארן דייקא פאר אזעלכע וואס זענען אנוס צו האבן אינטערנעט לצורך פרנסה, זיי זאלן נוצן דער סייט דווקא בשעת די ארבעט ווען דער בעל הבית קוקט נישט, אדער מפרסם זיין זייערע ארבעט און זוכן קשרים.

2) כדי זיכער צו מאכן וועט יעדער וואס שרייבט זיך איין מוזן איינגעבן א צעטל גע'חתמ'ט פון דריי רבנים אז ער מעג האבן אינטערנעט, און א טעקס ריטורן פארם מען זאל זעהן אז ער האט טאקע ארבעט.

3) פאר די אלע וואס האבען נישט קיין אינטערנעט וועט אויפגעשטעלט ווערן א נייע פעקס סערוויס וואס מען וועט קענען אנשטעלן צו באקומען יעדע נייע אשכול אויף פאקס, ווי אויך אריינשיקן תגובות. ווי פארשטענדליך לייגען די עסקנים אריין גרויסע כוחות דאס זאל ארבעטן געשמירט, מוזן מיר בעטן פון דעם עולם א מינימאלע השתתפות פון בלויז 180 דולר א וואך פאר די עסקנים שלא על מנת לקבל פרס.

4) בהתאם להאמור וועלן אלע תורה און מחשבה און קונסט פארומען זאפארט פארמאכט ווערן, ווי די רבנים האבן קלאר געמכט ביים גרויסן אסיפה בזה הלשון "וואס פעלט אונז אויס תורה אדער התעמקות אין מחשבה, אונז איז גענוג די הייליגע ייטב לב". עס וועט בלייבן בלויז די צימעס וואס האט פיגורירט אויבן אן פון כינוס און אחיעזר פארומען טאמער איינער זוכט די נומבער פון טעג.

ליצנות ונוסח

1) מהיום והלאה איז אסור יעדער סארט ליצנות, סארקאזם, אדער סיי וועלכער סארט שרייבאכץ וואס פאדערט מער ווי א כתה ג' חינוך עס צו פארשטיין ריכטיג. מען בעט יעדער זאל שרייבן בלויז ברחל בתך הקטנה, בעסער אויב קען מען אין רויטע באלדע אותיות, אז יעדער איינער זאל קלאר פארשטיין אלעס.

2) יעדער אשכול איז מחוייב זיך אנהייבן מיט בעזהשי"ת, אדער בס"ד, און זיך ענדיגן מיט בביאת גואל צדק בב"א. אין די נאנטע טעג וועט ארויסגעשטעלט ווערן א סיסטעם וואס וועט אליינס צולייגן צו יעדער תגובה א בס"ד און צולייגן בעזרת השם, ברוך השם, אם ירצה השם, ווי עס איז נויטיג.

3) פארבאטן צו שרייבן שלא בדרך כבוד אויף סיי וועלכע מענטש אדער אינסטיטוציע, אריינגערעכנט און בעיקר מוסדות קאווע שטיבל יצ"ו, אירע מנהלים און גבאים, וואס לייגן אריין לילות כימים לתועלת הכלל. קיין שום קריטיק וועט נישט טאלערירט ווערן.


דאס זענען די תקנות שנתקנו באסיפת חירום היום אור ליום ג' לסדר צו וזירוז, פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע מודעות וואס וועלן שטרענגער מאכן די תקנות מיום ליום ומחודש לחודש.

יעדער מעמבער זאל אונטער'חתמ'נען די פארום און עס אריינשיקען אין אפיס לא יאוחר מיום ג' לסדר אחרי מות. ווער עס וועט פארשפעטיגן וועט מען זעהן ער זאל תיכף האלטן ביי אחרי מות.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:08 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
לעיקוואד האט געשריבן:[justify]2) יעדער אשכול איז מחוייב זיך אנהייבן מיט בעזהשי"ת, אדער בס"ד, און זיך ענדיגען מיט בביאת גואל צדק בב"א.[/justify]

און מיט א ייטב לב אינדערמיט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:18 am
דורך יין שרף
...Save a draft or copy from this post before it's too late

בס"ד

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:26 am
דורך משבק
צו וועלכע ניק קען איך טוישן ? בב"א

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:29 am
דורך לעיקוואד
משבק קען זיך רויפען הויז בחור. יין שרף קען ווערן פסח'דיגע וואדקע. בענדזשאמין פרענקלין קען ווערן א פופציגער.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:30 am
דורך משבק
אדער חזר בחור

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:32 am
דורך [NAMELESS]
איך וועל ווערן 'אויבערחכם'
אוי מען דארף זעצן א מיטינג צו די ווארט איז ערלויבט,

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:33 am
דורך יין שרף
געוואלט האב ״חומץ שריפה״ נאר מיין כנגדו האט די קאפירייט דעראויף!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:34 am
דורך [NAMELESS]
ואנא אני בא? ווי געב איך מיר א עצה?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:35 am
דורך ישמעאל הכהן
עזריאל האט געשריבן:ואנא אני בא? ווי געב איך מיר א עצה?

דו קענסט ווערן יוסל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:36 am
דורך לעיקוואד
יוסל

-- ישמעאל האט מיר אויסגעכאפט.

ישמעאל הכהן קען ווערן עקיבא הלוי.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:38 am
דורך איך אויך
איך קען ווערן איך נישט. ודוק כי עמוק הוא.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:39 am
דורך קאצקע ציקער
עזריאל האט געשריבן:ואנא אני בא? ווי געב איך מיר א עצה?

יוסל


אפס איך זעה מעהאט מיר אויסגעכאפט

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:40 am
דורך משבק
עזריאל האט געשריבן:ואנא אני בא? ווי געב איך מיר א עצה?

עזריאל גליק

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:40 am
דורך לעיקוואד
איך אויך האט געשריבן:איך קען ווערן איך נישט. ודוק כי עמוק הוא.

איך וועלט מציע געווען "יענער נישט".

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:42 am
דורך לעיקוואד
קאצקע צוקער קען ווערן זאלץ וואסער.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:44 am
דורך משבק
שמעקעדיג? .....עניוועיס האקטס שטיקער ווילאנג די אשכול לעבט נאך

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:46 am
דורך לעיקוואד
משבק האט געשריבן:שמעקעדיג?

עיר פרעשענער.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:46 am
דורך קאצקע ציקער
לעקוואד קען ווערן האלץ וואסער

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:47 am
דורך יין שרף
מאטי 107 קען ווערן 701

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:49 am
דורך [NAMELESS]
די אשכול איז א דעמאנסטרעישן וויאזוי ס'וועט אויסקיקן אויב אספ'ל פירט אויס זיינע בייזוויליגע פלענער,

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:52 am
דורך לעיקוואד
קאצקע ציקער האט געשריבן:לעקוואד קען ווערן האלץ וואסער

לכאורה טייך-וואלד.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 1:53 am
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד, אפשר בלומינבערג