בלאט 1 פון 1

סיפור יציאת מצרים פון גנדי'ס אשכול

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:59 am
דורך שמעקעדיג
הערטס אויס קינדער,

ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף
עס איז אויפגעשטאנען א נייער גרינער מנהל, אסף המזכיר, וואס האט זיך געמאכט פארגעסן פון אונזער פרייהיייט פון ווארט.

הבה נתחכמה לו
ער האט פרובירט צו זיין קלוגער פון די פריערדיגע און משנה זיין די מסורה פון פרידאם אוו ספיטש, און געמעקט אשכולות.

האט פאסירט מכות

דם – מען האט זיך גע'הרג'עט ביז בלוט, קולי קולות אשר כמוהו לא נהייתה עד היום הזה, אנגעהויבן פון טענות אקעגן א פארמעקטן אשכול ביז היץ אקעגן 'איך אויך',

צפרדע – מען האט געשלאגן איין פראש איז ארויסגעוואקסן צענדליגער נייע, אזוי האט פאסירט דא אויך, מען האט געמעקט איין אשכול און די אנדערע אשכולות פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד מאוד, ששה בכרס אחד וי"א ששים.

ערוב – עס איז געווארן א פארמישונג פון כל מיני ניקס, אפילו די ספעציעלע חיה פרענקלין וואס זיין בויך קלעבט צו דער ערד איז אנגעקומען אינאיינעם מיט די ערד, כמ"ש והאדמה אשר הם עליה.

דבר – דאס איז א פאליטישע מארד, ס'לייגט קאווע שטיבל אין דער ערד.

ארבה – די הודעות און ליצנות האט זיך איבערנאכט פארמערט ווי די היישעריקן.

חושך – פשוטו כמשמעו, עס הערשט א חשכות וואס דא גייט פאר.

נו נו, דער אסף האט שוין זיכער פייגעלעך אין קאפ, אבער אני הכבדתי את לבו למען שתי אותותי, ער וועט באקומען אין באבנ'ס באבע אריין.

איינער קען איבערנעמען די מייק?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:04 am
דורך איך אויך
רק להעיר אז לגירסת בענדשי ושבע הלייקערס עימו איז נאר עשה עצמו כאילו לא ידע.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:49 am
דורך געוואלדיג
מכת בכורות עס איז א מכה אז עס קומען נייע און ווערן דא בכורות.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:51 am
דורך ברסלבער
כינים - שווער צו לייזן די מאדנע מיסטעריע.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:58 am
דורך געוואלדיג
מען האט געשריבן אז עס דארף זיין לעזן און נישט לייזן