אויב איר גלייבט נישט אז אמעריקא האט אינטערגעשטעלט די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס איז דער אשכול נישט פאר אייך.
דא איז וואס איך האב אנדעקט, איך האף איך בין נישט עובר אויף גילו.
ס'איז דא א טייערער ניק מיטען נאמען איך אויך וואס צוליב זיינע שטארקע קוואליפיקאציעס אנצודרייען גוואלדטאטן דא אין שטיבל האט אים קעלנער גהעכערט און ראנק און אים אויף גענומען אלץ א פרישער מנהל אין שטיבל, ויקרא שמו בישראל אסף המזכיר און כדאי דער עולם גולם זאל נישט כאפן וואס דא גייט פאר האט ער זיך ארויס געשטעלט מיט א חוצפה קעגן הרב קעלנער און קעגן זיין פרישער ניק, אזוי אז דער עולם זאל נישט כאפן די קאנספירעסי.
די רעזולטאטן האט נישט געפעלט צו קומען און נעכטען נאכט ווי נאר אייערוועלט האט אהין געצויגען דעם עולם מיט עפעס א אויף וואכונג אין זייער הנהלה האט הרב קעלנער געגעבן א רוף אן דעם פרישער איך אויך מיטן נאמען אסף און געזאגט וואס דא טוט זיך און לכך נבחרת בני מיר קענען נישט לאזען דעם שונא אהין שלעפן אלע ליינער פאר די נאכט, און ווי נאר די ווערטער זענען ארויס מפי קעלנער האט הרב אסף געגעבן א דריי אן אזוי אז סהאט ארויס געשפראצט 33 פרישע אשכולות.
ס'טוט זיך יעצט אויף טישן און בענק צו מ'זאל ארויס צווינגען די פריוואטע אימעיל פון איך אויך צו קענען דערגיין און אויף ווייזען שווארץ וואס דא האט פאסירט, מיר חברי השטיבל טוהן יעצט אריין ברענגן א אינוועסטיגעישאן גרופע - יא די זעלבע גרופע וואס טוט אויספארשען די הילערי קלינטאן אימעיל סומאטוכע די גרופע גייט אויך זיך אריין לייגען וואס דא האט פאסירט.
און אנדערע נייעס מעלדט יעצט הילערי קלינטאן אז אויב @איך אויך וועט נישט זיין געצווינגען ארויס צו געבן זיינע אימעילס, וועט זי אויך נישט דארפן ארויס געבן אירע, זי זעהט נישט קיין חילוק פון די צוויי קעיסעס, אבער איר קעגנער סענעטער טעד קרוז זאגט אבער אז דאס וועט מען דעבאטירען ביי די פריימעריס.
פאקס ניוס וואס שארט זיך ארויף די ארבעל צום יעצטיגען פריימערי סעזאן זאגט אבער אז ווי נישט ווי וועט מען סוף כל סוף זיך דארפן ברעכן און ארויס געבן די אימעילס, נאך דערצו לויט ווי דאנאלד טראמפ האט נעכטען געמאלדן אז ער לאזט זיך אויך אריין אינעם פרעזידענט קאמפיין, און ווי באקאנט האט ער א שטארקייט ארויס צו צווינגען פריוואטע דאקומענטען, א שטייגער ווי בוירד סערטיפעקיטס.
דזשעט בוש זאגט אז דאס איז גוטע נייעס פאר אים אז זיינע קעגנער זענען שוין אריין אין א פלאנטער, די ברידער דזשארזש זאגט אבער אז דאס נעמט אוועק פון אים די מידיע, אייער וועלט זאגט אז זיי נעמען אן די שיטה פון די ברידער דשארזש ווייל מידיע קאווערינג איז זייער וויכטיג, אפילו אויף שלעכט, א שטייגער ווי דער פארווערטס/שלום-בערגער סומאטוכע
Conspiracy
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
טשעקס פעיעבל טו קאנגריגעשן שומר שבת מנין דאונסטעירס לעיקוואד עניבאדי טו מאנסי?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)