בלאט 1 פון 5

א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 5:57 pm
דורך זורח
בעזרת השם יתברך שמו
פרייליכע נייעס!

מיר האלטן אינמיטן פארמירן א גרופע פון חסידים, איינוואוינערס פון ניו יארק און דער אומגעגנט, אויפצושטעלן א נייע אמעריקאנער-חסיד'ישע ישוב-קהילה אין ארץ ישראל

אין א נייער געגנט וואס האלט אין די טעג אינמיטן אויפגעבויט ווערן אינמיטן דעם פראכטפולן ישוב גבעת זאב אין די בערג ארום ירושלים עיר הקודש.

1.די גרופע איז פארגעצויגן פאר יונגעלייט-משפחות אין די יארגענג פון 20 ביז 40.
2.הערליכע, גרויסע, רחובת'דיגע, לופטיגע הייזער, געבויט אויף אן אמעריקאנער סטיל.
3.היימישע מוסדות חינוך פאר די קינדער וועלן אויפגעשטעלט ווערן אויפ'ן פלאץ.
4.א ספעציעלע ארגאניזאציע וועט בייהילפיג זיין צו פארזארגן יעדן פון דער קבוצה מיט פאסיגע און גוטע פרנסות.

פאר מער דעטאלן ביטע קאנטאקטן די אדרעסן אנגעגעבן אינעם בייגעלייגטן מודעה.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:04 pm
דורך ישראל קאפקע
טאקע שוין נישט דא קיין לאנד אין מדינת ישראל וואו צו בויען אז מען זאל דארפן בויען אין די אקופירטע געביטן?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:10 pm
דורך מאטי
ס'איז טעכניש טאקע אין די (אזויגערופענע) אקופירטע געביטן, אבער ס'איז גארנישט אנדערש פון אנדערע געגענטער כגון רמת שלמה, ביתר וכדומה, וואו א גרויסע ציבור היימישע אידן וואוינען. און ווי אחד הרבנים האבן זיך אויסגעדריקט, "ס'איז שטיל דארטן.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:29 pm
דורך ישראל קאפקע
ס'איז נאר זעקס מאל אזוי טיף אריין אין די אקופירטע געביטן ווי רמת שלמה (און מן הסתם צען מאל אזוי ווייט פון די צענטער שטאט ווי ר"ש), און יא, רמת שלמה איז טאקע אויך אין די אקופירטע געביטן.

(אגב, וואס מיינט דאס 'אזויגערופענע' אקופירטע געביטן? עס איז נישט קיין חלק פון מדינת ישראל (עס איז קיינמאל נישט געווארן אנעקסירט דורך די מדינת ישראל פארליאמענט) און ווערט פאקטיש קאנטראלירט דורך מדנ"י).

איבער ביתר איז א לענגערע שמועס, נישט פאר יעצט.

מיין פראגע אויב איז טאקע נישט דא קיינע שטחים צו בויען אין מדינת ישראל זעלבסט אז מען בויט דווקא אויף לאנד וואס וועט אויפרעגן די מערב וועלט איז בכלל נישט פארענטפערט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:29 pm
דורך זורח

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:45 pm
דורך הוגה
עס מאכט טאקע נישט קיין סענס צו קויפן א הויז אין א פלאץ וואס וועט אויסגעריסן ווערן ערגעץ אין די נעקסטע דרייסיג יאר. איך פארשטיי אויך נישט דער אויפטו מיטן מאכן אמערעקאנער סטייל הייזער. אויף דעם קען איך דאך בלייבן אין אמעריקא. וואס איז שלעכט מיט ארץ ישראל'דיגע הייזער?


.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:57 pm
דורך מאטי
גבעת זאב איז אן אלטע שטאט וואו עטליכע טויזענט פרומע, פרייע אידן וואוינען שוין דארט יארן צוזאמען, ס'איז בדרך הטבע נישט אפן פאר דעבאטע אז מד"י זאל דאס אמאל צוריקגעבן אין פאל פון א רוקצוג, פונקט ווי מאה שערים.

וואס איז געשען די לעצטע צוויי יאר , די שכונה האט זיך ארויסגעצויגן עטוואס אינדרויסן פון דעם צענטער און באקומען אן אינציאטיוו פון די ממשלה צו בויען פארגעצויגן בלויז פאר פרומע.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 6:58 pm
דורך זורח
די מודעה טוט אפעלירן פאר די משפחות וואס זוכן באמת צו גיין וואוינען אין א"י נאר קענען נישט טרעפן א פאסיגע געגענט.

ס'איז נאך לעת עתה נישטא א חסידישע געגענט פאר אמעריקאנע אפשטאמיגע, וואס זענען צוגעוואוינט צו אן אנדערע סארט מענטעליטי און רעדן יודיש מיט ענגליש.

די איינציגע אפציע יעצט איז אין די גרעסערע שטעט ווי עס איז שווער צו טרעפן א גרויסע ביליגערע דירה אדער הויז ווי עס איז מעגליך מער ארויסציער.

גבעת זאב איז נישט ווייט פון ירושלים דערפאר האט דאס די אלע מעלות פון די גרויסע שטאט (מוסדות, געשעפטן, ביזנעסער וכו') אבער פאר אסאך ביליגער און לופטיגער.

(די וואס זענען באזארגט וועגן די גרינע ליניע צוליב השקפה אדער פראקטיש קענען איגנארירן די מודעה און גיין צום נעקסטן אשכול.)

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:10 pm
דורך פליקער
וועלן די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה?

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:16 pm
דורך ראש הישיבה
פליקער האט געשריבן:וועלן די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה?

נע, חס ושלום!!!!!!!

וואס דען? ווער נעמט נישט??? יעדער נעמט.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 7:24 pm
דורך מאטי
לגבי מוסדות לכאורה שיקט מען אריין מיטן אוטובוס קיין ירושלים איש על מחנהו ואיש על דגלו.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:וועלן די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה?

זיי האבן שוין גענומען. דער גאנצער רעיון איז נאך אן אויסדרוק פון שרעקליכע התגרות באומות וואס דער ראש הכופרים בנימן נתניהו (שר"י עפ"ל ארנדז"ש, וכו') פראקטיצירט. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו וואלט דאס אנגערופן ..."ווילקירליכע מעשים פון די "פרומע" ציונים"...! אזוי ווי רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א האט שוין כמה פעמים גערעדט פון די עניינים מנהמת ליבו הטהור... :lol: :roll:
אין מדינת ישראל איז אלעס אסור. און ס'הייסט התגרות באומות. משא"כ אין עיר הקדושה קר"י איז אלעס מותר. אפילו צו אנעקסירן שטחים. און ס'האט נישט קיין דין פון התגרות באומות...!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:06 pm
דורך שמעקעדיג
בערל... אדער שלינג אראפ אדער שפיי אויס. דער ביין אין האלז אזוי לאנג איז א סכנה זיך צו דערשטיקן.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:בערל... אדער שלינג אראפ אדער שפיי אויס. דער ביין אין האלז אזוי לאנג איז א סכנה זיך צו דערשטיקן.

שמעקעדיג: איך שרייב נאר לפי שיטת אנ"ש דק"ק, וועלכע זעען אלעס מיט קריסטאל קלארע אויגן...ואין צורך לפורטם בשמותם כי ידועים הם...!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:03 pm
דורך שמעקעדיג
דאס מיין איך טאקע צו זאגן... ואין צריך לפורטם כי ידועים הם. חזר זיך איין די 6 ווערטער זאלסט עס קענען אויסנווייניג!!..

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 10:46 pm
דורך petergrifin
לאז רעב בערל רעדן. איך קוועל יעדעס מאל..

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2015 11:28 pm
דורך פלאוויוס
גם אני מצטרף אל פטר-גריפן. בערל האט א חן וואס נאר די בעל-עגלה'ס פון פארצייטנס האבן געהאט... מיך בענקט נאר צו די צענדליגער שמייכלען וואס ער פלעגט אריינשטעלן אין יעדער תגובה. :) :) :D :lol: :lol: :P

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:52 am
דורך שמעקעדיג
טאקע היא הנותנת, ווייל בערל האט א חן, וויל איך הערן נאך פון זיין אוצר מעשה'לעך. די אלטע זאכן קען איך שוין אין חלום ולא אמרינן רבנן בכפילא.

אדער קאן זיין אז ער איז שוין אזוי אלט אז ער פארגעסט גאר אז ער האט עס שוין אמאל געשריבן.

צוריק צום געגנט אין ארץ הקודש.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 8:20 am
דורך פלעין יודיש
ברעקינג
מ'האט דארט געטראפן מענטשליכע ביינער

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 8:53 am
דורך געוואלדיג
פון לעבעדיגע אדער טויטע?

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 10:38 am
דורך בר-כוכבא
דער נייער ישוב איז נישט ווייניגער רעאליסטיש ווי אלע אנדערע פלענער פאר נייע היימישע געגנטן. ס׳איז אין ארץ ישראל, אינדרויסן פון די דארטיגע היימישע עסטעבלישמענטס, און נאך אין דער מחיה נפשותדיגע לופט פון די מדבר יהודה בערג. מי יתן אז ס׳זאל זיך אויסארבעטן. איך וואלט עס זיכער גענומען אין באטראכט.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:01 am
דורך Kool man
לידיעה, קארלין האט דארט א ישוב אין גבעת זאב מיט עטליכע צענדליגער משפחות און מוסדות, און דער רבי אליין האט דארט א דירה ווי ער וויילט אסאך בקרב חסידיו, הגם ס'יז א קליינע קבוצה וואס וואוינט דארטען.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 11:08 am
דורך חקרן
1. פארוואס זאל איינער פון אמעריקע האבן אן אינטערעסע, צו פארן וואוינען ביז קיין ארץ-ישראל, אין א פארשטיפטע געגנט, וואס איז בחזקת ספק אז עס וועט זיך אויסארבעטן? - המבלי אין ישובים באמעריקע?

2. פארוואס בויעט מען דאס דוקא פאר אמעריקאנער? - פארוואס פארקויפט מען נישט אויך פאר ישראלים? - מאכט עס נישט א שטיקל רושם, ווי אז דאס קען מען מאיזה סיבה נישט פארקויפן פאר ישראלים, נוצט מען מענטשן פון די ווייט, זיי צו באזעצן דארט?