בלאט 1 פון 2

ניגוני יום טוב עהרליך

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:01 am
דורך [NAMELESS]
אויף פסח איז איבערגעארבייט געווארן די ניגון סאמארקאנד פון יום טוב עהרליך
https://vimeo.com/123167872

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:01 am
דורך געוואלדיג
Page not found

Re: ניגוני יום טוב עהרליך

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:03 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב עס ארויפגעשטעלט מיט טעפעטאק. ס'קען נעמען א מינוט צוויי ביז ס'ארבייט.
טריי יעצט

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:08 am
דורך געוואלדיג
ווער איז דער זינגער?

Re: ניגוני יום טוב עהרליך

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:10 am
דורך [NAMELESS]
איינער שאלאמאן

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:14 am
דורך petergrifin
שכוח @ראשעקאל איך האב מיך אביסל דערװארעמט מיט דער ניגון.
איז דא נאך װאס מען האט איבער געמאכט?

Re: ניגוני יום טוב עהרליך

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:15 am
דורך [NAMELESS]
ירמי' דמן האט דאך איבערגעמאכט אסאך (אבער אביסעל פארדרייט)

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:17 am
דורך petergrifin
ירמי דמן, מבד, און אברהם פריד. אבער ער האט געמאכט אסאך מער ניגונים.
בד״א די װעבסײט erlichmusic.com װאס מען זעהט אויף דער קליפ ארבײט נישט.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:19 am
דורך געוואלדיג
ראשעקאל האט געשריבן:ירמי' דמן האט דאך איבערגעמאכט אסאך (אבער אביסעל פארדרייט)


און דאס איז די מעלה פון דעם אז דערווייל פארדרייט ער נישט ב"ה

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:24 am
דורך petergrifin
ס׳רעגט מיר אויף װען מען פארדרײט. דער גאנצע טעם דער זיסקײט און הארץ װאס אן אמאליגע רוסישע איד
האט געהאט האט מען געזען פון זײנע ניגונים. אבער די װערטער זענען נישט גענוג כשר אײ געס.

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:26 am
דורך געוואלדיג
אכשר דרא כידוע

Re: ניגוני יום טוב עהרליך

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:37 am
דורך [NAMELESS]
די יעצטיגע קליפ איז די הברה אביסעל צומישט, ניין? אביסל חסידיש, אביסעל רוסיש. ער דארף אפמאכן ווי ער שטייט

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 1:46 am
דורך געוואלדיג
זעהט אויס ווי ער גיבט אכטונג ביי די פלעצער וואס עס מאכט די גראם צו זיך האלטן צו ר' יו"ט הברה, און ביי אנדערע מקומות נישט אזוי שטארק

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2015 8:29 am
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:אויף פסח איז איבערגעארבייט געווארן די ניגון סאמארקאנד פון יום טוב עהרליך
https://vimeo.com/123167872


דאס איז דער ניגון "דער נאטשאלניק פון ענקעוועדע" פון עהרליך'ס "שלא עשני גוי" אלבוים (תשל"ה.) באמערק די ענליכקייט פון די מעשה מיט זיין "א ברית אין מאסקווע" פון די "תשובה" אלבוים (תשכ"ב).

דע ניגון "סאמארקאנד" טרעפט מען אויף די "חבלי משיח א" אלבוים, און "א אידישע סאמארקאנד" און "א חתונה אין סאמארקאנד" אויף "חבלי משיח ב".

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:34 am
דורך צלפחד
:And the melody is not Ehrlich's, it is from

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UQCsJWtTS-k[/youtube]

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:54 pm
דורך שלמה המלך
צלפחד האט געשריבן::And the melody is not Ehrlich's, it is from

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UQCsJWtTS-k[/youtube]

WOW דעס איז אינטערעסאנט!
ר' יו"ט עהרליך זצ"ל איז געוועהן א וועלטס קאמפאזער ווילסו מיר זאגען ער האט געמיזט כשר'ן און אפקויפען ניגונים פון די רוסען? אדער גאר זיי נעמען עס פון אים? ;)
פלא!

Re: ניגוני יום טוב עהרליך

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:35 pm
דורך [NAMELESS]
חכם, פון ווי ווייסטי ווער עס איז די וועלטס קאמפאזער ער צו די רוסישער,

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:45 pm
דורך [NAMELESS]
שלמה המלך האט געשריבן:ר' יו"ט עהרליך זצ"ל איז געוועהן א וועלטס קאמפאזער ווילסו מיר זאגען ער האט געמיזט כשר'ן און אפקויפען ניגונים פון די רוסען? אדער גאר זיי נעמען עס פון אים?
פלא!

כדאתחזי לנא, עד כדון לא קרית באשכולתא הדין.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:02 pm
דורך yatzmachp
איך ווייס נישט ווער עס געווען דער ערשטער זיך איינצורעדן אז ר' יום טוב עהרליך איז געווען א גרויסע קאמפאזער. ער איז געווען א גרויסער ארטיסט און געשריבן הערליכע זאכן און פערפארמד זיינע זאכן זייער גוט. די ניגונים האט ער גענומען פון ווי ער האט נאר געקענט. אויף די סאטמארע טעיפ פון סאטמאר אויף סטאלין פון סטאלין. די איבעריגע פון ערגעץ אנדערש אריינגערעכנט די רוסישע פאפולערע ניגונים וואס ער האט גדענקט פון זיין יוגנט אדער זיין צייט אין די ארמיי אדער ערגעץ אנדערש. איך וועל נישט ווערן סורפרייזד אז ער האט נישט קיין איין ארגינעלע ניגון. דאס מאכט אים נישט קלענער ווייל די עיקר זיינע איז געווען מער די ליריקס און נישט די ניגון אדער מוזיק.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:03 pm
דורך יואליש
איך האב נאכנישט צוזאמגעציילט אבער ס'איז לכאורה נישט אמת. דא אליין אויף קאווע שטיבעל האבן שוין חברים אנדעקט געניג אריבערגעפירטע ניגונים. נאכדעם האט ער פארשידענע עממי ניגונים ווי קארלין אדג, אויך נישט אייגענס. ס'בלייבט איבער ווייניג וואס מ'קען נאך קלעימען אז עהרליך איז דער קאמפאזער. לויט די ראטע מיר גייען, איז within reason צו ערווארטן נאך אפאר אנדעקונגן פון מקורות העמים. דאס איז שוין יא געניג קלאר, דאכט זיך, אז רוב ווערטפולע ניגונים זיינע זענען שוין אנדעקט געווארן זייער מקורות. יאקאב איז דערווייל אפשר די איינציגסטע ווערטפולע ניגון אן א מקור מן בין העמים. מיין פרעדיקציע איז אז אויב האט ער געבארגט יאקאב איז עס נישט איין פולע ניגון נאר א תנועה פון דא און דארט און אפשר צוגעלייגט א היימישע פאל אויך.

אבער עהרליך, ווי ווייט איך ווייס, האט קיינמאל נישט געקלעימט צו זיין דער קאמפאזער פון זיינע ניגונים. עכ"פ דאס איז מיין לימוד זכות. יעצט אז דער איידעם קומט ארויס און קלעימט יא די ניגונים פאר זיין טאטן, איז עס א נייעס ווערט צו באריכטן, און ונראה בעתיד אויב ער איז גערעכט. ס'וואלט פילייכט געווען אויפריכטיג ער זאל אונז מפרסם זיין א ליסטע פון ניגונים וואס ער קלעימט פאר זיין שווער.

דרך אגב, ערליך האט אריבערגעפירט נישט בלויז מארשן, אבער אויך פאלק ניגונים און קלאסישע מוזיק.

כעלם'ער מגיד איז אן עקספערט. העמיר ווארטן אויף זיין געמאסטענע חוות דעת

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:11 pm
דורך כוכב
קען זיין דער איידעם אליין ווייסט נישט, ער האט נישט קיין צוטריט צו יו טוב און ער מיינט זיין שווער איז דער פארפאסער.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:14 pm
דורך יואליש
כוכב האט געשריבן:קען זיין דער איידעם אליין ווייסט נישט, ער האט נישט קיין צוטריט צו יו טוב און ער מיינט זיין שווער איז דער פארפאסער.


זייער מעגליך. כ'גלייב ער האט שוין א העגיאגראפישע אגענדע אויך, און אין ליין מיטן אכשר דרא'דיגע שוואנג. יעדע משפחה מיטגליד פון א סעלעברעטי האט.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2015 3:21 pm
דורך יואליש
כ'בין נייגעריג אויב די איסור פון השגת גבול גייט אן אין א פאל וואס די ווערק זעלבסט איז אן השגת גבול. ווייסט איינער די הלכה אדער געזעץ?