בלאט 1 פון 3

אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:23 am
דורך קינד_אן_קייט
יא חברי השטיבל! יצא המרצע מן השוק...

מיט די פאלגענדע שורות קומט צו אן ענדע דער סומאטוכע וואס האט זיך דא אנגעהויבן אויסשפילן אין פארברייטונג לכבוד המאורע הנקרא "אפריל דער ערשטער" (למספרם), אין סאמע בלויזנדן עלטער פון דריי קורצע טעג ע"ה, און בעפאר איר ריכטיגע צייט ל"ע.

ומעשה שהיה כך היה:

ווי ס'איז אייך וואויל באקאנט, איז קאווע שטיבל דער מקום וואו חברים מקשיבים קומען זיך אויסצודרוקן און נהנה זיין מזיום של אחים לדעה, זה בכה וזה בכה, בצוותא חדא, והצד השווה שבהם אז ס׳איז א בחינה פון להחיות בהם נפש כל חי.

איז ביי עבדכם הנאמן אויפגעקומען א פארשלאג אהערצושטעלן א שטיקל פורים שפיל לכבוד אד"ע, אבער היות דער צינישער ראדאר איז גאר סענסיטיוו ביי רוב חברי השטיבל איז לכתחילה געווען אין פלאן ארויסצוקומען מיט א פארצווייגטע קאנספיראציע שיש בו כדי הפחדה און עס האט האט געזאלט אריין גיין אין קראפט מבעוד מועד, ווייל בו ביום וואלט דאך קיינער נישט געקויפט לאקשן שעבר עליו החג.

דער פלאן האט קורם געווען עור וגידין, און בעצה אחת מיט די הנהלה האט זיך געמאכט א געלעגנהייט ווען חבר השטיבל [tag]גנדי[/tag] האט אפגעשריבן א געלונגענעם ארטיקל בשם "הצעות פאר תקנות המוסדות" אינעם אכשר דרא אשכול וואס מען האט דאן אפגעטיילט אלץ אן אשכול בפני עצמו. דער נייער געטרייער מנהל [tag]אסף המזכיר[/tag] האט גענומען אויף זיך די מיה, וברשותו והסכמתו של חברינו גנדי איז דער אשכול פארשלאסן געווארן.

ווי ערווארטעט, איז געווארן א ויצעקו, אבער אנדערש ווי געפלאנט האט עס דער עולם גענומען צו ערנסט, אזש ביז מאנכע האבן געשפירט אז עולמם חשך בעדם: הלמאי? מען מעקט אן קיין חשבון און מען טרעט אויפן קרוין פון דעמאקראטיע?

שטילערהייט, צווישן די טראפן האט זיך אסף המזכיר צוריק אריינגעכאפט מיט א ייטב לב אונטערן ארעם און פרובירט א לייכטערן אופן, אבער דא האבן זיך ארויף געסמאקעוועט אויף אים די געטרייע קאווע שטיבל אויבער-חכמים וואס זענען עומד הכן על המשמר תמיד און אים כמעט צוריסן לעבעדיגערהייט.

דער קול פון ליצנות האט דערגרייכט עד לב השמים! צאללאזע תגובות און נייע אשכולות האבן ארויסגעשפראצט מכל קצוי השטיבל, די וואס האבן פארפאסט די ערשטע שלבי המערכה און האבן אריינשפאצירט אינדערמיט זענען צוטומעלט געווארן פונעם איבערקערעניש און האבן קוים באוויזן זיך צו כאפן דעם אטעם מרוב עונג ואמיץ כח.

בכדי צוריק צושטעלן א באלאנס האט מען דאן פרובירט צוריקצודרייען דאס רעדל דורך זריקת המרה כדי צו באהערשן די ציניקער, ס'האט זיך אבער אנטוויקלט אן ערנסטער חשש פון צער בעלי חיים, חברים פון שטיבל האבן זיך אנגעהויבן ארומצודרייען מיט פארזויערטע געמיטער מיטן זארג אז אולי ואולי יש דברים בגו חס ושלום, און דער עגמת נפש איז געווארן ממש קרוב לאמת.

די מנהלים און אחראים זענען געווארן פארפלייצט מיט ווענדונגען באישית ובג׳'טאלק ממש יומם ולילה, דער אומגעהויערער דרוק האט גורם געווען מען זאל נישט קענען אנגיין מיטן געהעריגן סדר היום, און ס'האט אויך ארויסגעוויזן אויף ווי ווייט בלויז א חשש טוט אפעקטירן דעם עולם.

דא האט מען שוין נישט געקענט מער ווייטער אנגיין מיטן פלאן, ויהי כחצות, מוז דא ווערן אויסגערופען בשער בת רבים:
נס להתלוצץ, עליך קאווע שטיבל!

אין כאן לא גילוי ולא טעראר, לא מחיקה ולא צענזור, לא מיני' ולא מקצתי'. אבל יש כאן חברים פקחים ונבונים, ויש כאן הנהלה מסורים בלב ונפש. זאל דער קאפיטל פונעם אומגעלונגענעם סאמוטאכע פארשריבן ווערן לאות ולזכר, דער גייסט פון קאווע שטיבל איז נישט מעגליך צו ברעכן!

וביליכ"ל, והעיר קאווע שטיבל צהלה ושמחה!

נספח א׳

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:28 am
דורך קינד_אן_קייט
כראנאלגישער סדר פון אן אומגעלונגענעם וויץ

מאנטאג מערץ 23

דינסטאג מערץ 24
    [tag]אסף המזכיר[/tag] שטעלט צוריק דעם אשכול און איז מגלה טפח ומכסה טפחיים כאילו אז עפעס קאכט זיך, עס פליען הייסע קוילן אין זיין ריכטונג
    [tag]אסף המזכיר[/tag] עפנט א נייער אשכול: ״קלארשטעלונג בנוגע דעם גייסט פון קאווע שטיבל״ מיט א לעכערליכע הסברה, שטעלט מיר פאר אלץ ווארטזאגער
    אסף ווערט אראפגעריסן אויף א ברייטן פארנעם, ציניקער שרייען ״אפריל דער ערשטער״, ס׳איז יו״ט אינדערוואכן, דער פארקער אין קאווע שטיבל דערגרייכט רעקארד ציפערן
    כ׳נעם איבער דאס ווארט, א רייע ספינ׳ס וואס הערן זיך ערנסט פאלגן נאך
    אפדעיט #1 = ס׳איז פארגעקומען א פערזענליכע אטאקע אויף אן אחראי, מ׳איז מרמז אז גארנישט טוישט זיך נישט אין ק״ש
    היות ס׳איז נישט קלאר, הללו מאמינים והללו אינם מאמינים
    אפדעיט #2 = מער פרטים פונעם כלומפ׳רשט׳ען אטאקע ווערט נתפרסם, מען פארבינדט אויך א פערצופאל׳דיגער טעכנישער גליטש פון יענעם טאג
    דער גליטש איז משכנע אז ס׳קען אפשר יא זיין ערנסט, חברים דרוקן אויס מיטלייד, טיילן מיט עצות, סטראשען די רודפים

מיטוואך מערץ 25
    אפדעיט #3 = מען שליסט אויס דעם גליטש אלץ בלויז טעכניש, מען דארף נישט זארגן אז ס׳איז פארגעקומען א אמת׳ער האקער אטאקע
    דער בארואיגונג האט א פארקערטע עפעקט, מאנכע נעמען עס צו ערנסט
    אפדעיט #4 = מען בארואיגט דעם עולם אז קיינער פון די אחראים איז נישט באמת אין געפאר, מען פרובירט מרמז זיין אז דער עולם קען זיין רואיג
    די ציניקער כאפן דעם רמז און לאזן זיך מער נישט פאר׳נער׳ן, זיי שרייען חי וקים ס׳איז א וויץ און מ׳זאל אראפקריכן פונעם בוים
    אפדעיט #5 = מען פירט אריבער דעם אשכול קיין שבת אחים, מכלומפ׳רשט צו האלטן דעם שמועס אויף א מער געהיימניספולן אופן
    אפדעיט #6 = יא, ס׳האנדלט זיך פון א ערנסטע טעראר פארזוך אבער די הנהלה האט יעצט דער אויבערהאנט, ס׳איז ידם על העליונה
    דער שפינוועב זייעט אן אמת׳ער פחד, די מנהלים ווערן באלעסטיגט מיט הונדערטער (!) ווענדונגען, די אמת׳ע אחראים קענען נישט עומד זיין בצערתן של ישראל

דאנערשטאג מערץ 26
    א החלטה ווערט באשלאסן אז מ׳איז שוין געגאנגען צו ווייט, מ׳קען מער נישט אנציען ווייטער
    געים אווער, תם ונשלם

נספח ב׳

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:29 am
דורך קינד_אן_קייט
הויכפונקטן פונעם סאמוטאכע

אייוועלט/קרעטשמע:
[tag]המלוכה והממשלה[/tag], שטורעמט אנטקעגן די נייע שאריא געזעצן מעשי אייועלט
[tag]יין שרף[/tag], פארשלייערט אייוועלט בתוך קאווע שטיבל
@קרעטשמע, איז מקיים שמחה לאיד

גנדי-געיט:
[tag]יואב[/tag], פראזלט אפ די סאמוטאכע אלץ ״גנדי-געיט"
[tag]כלבאשבוע[/tag], דערקלערט: Je Suis גנדי
[tag]שמעקעדיג[/tag], איז מקיים סיפור יציאת מצרים דורך די סאמוטאכע
[tag]פלעין יודיש[/tag], פארוואנדלט די סאמוטאכע אין א גארילא

אסף המזכיר:
[tag]אפטעמיסט[/tag], איז מספיד אסף המזכיר בחיים חיותו
[tag]אפטעמיסט[/tag], טענה׳ט אז אסף איז אויף דראגס און א געלונגענער בדחן
[tag]חקרן[/tag], נעמט זיך אן פאר אסף המזכיר
[tag]טאמבל סאס[/tag], איז מעורר א פאסיגע קאפיטל קעגן דעם צורר אסף המזכיר
[tag]משבק[/tag], שלאגט פאר דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אסף המזכיר

קאווע שטיבל:
[tag]קאווע טרינקער[/tag], ברענגט ארויס דעם ריכטיגן ״גייסט״ פון קאווע שטיבל
[tag]געוואלדיג[/tag], צייגט ארויס די געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט פון חברי קאווע שטיבל
[tag]לעיקוואד[/tag], שלאגט פאר נייע תקנות פאר קאווע שטיבל, דער עולם פארזארגט זיך פרישע ניקס אין גרויסן

טעאריעס:
[tag]לעיקוואד[/tag], שפינט קאנספיראציע טעאריעס
[tag]עזריאל[/tag], שרייט אויך קאנספיראציע

אפריל וויץ:
[tag]בן נריהו[/tag], אין זיין אייגנארטיגער שפראך איז דער ערשטער צו טענה׳ן אז ס׳איז אן אפריל וויץ
[tag]petergrifin[/tag], גראבט אויף פון קבר אן אלטער אפריל וויץ

איך אויך:
[tag]איך אויך[/tag], טענה׳ט אז ס׳איז לאו דוקא אסף נאר א כראנישער פראבלעם אין קאווע שטיבל
[tag]כעלעם'ר מגיד[/tag], נעמט זיך אן פאר די מינאריטעטן

טשיקאוועס:
[tag]קאווע טרינקער[/tag], איז מעורר ביים מילקשעיקער
[tag]ישמעאל הכהן[/tag], איז מעורר בנוגע די מיהאלוויצע תקנות למנוע מכשול
[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag], שטעלט אן אולטימאטום און פארהאנקערט זיך די בארד און פיאות

פסיכאלאגיע:
[tag]אבטולמוס[/tag], טעסט די סיסטעם
[tag]כפתור[/tag], איז מסביר וואס ליגט אונטער די פסיכאלאגיע פון ״מגלה טפח ומכסה טפחיים״

פאעזיע:
[tag]נופת צופים[/tag], כראנאלאגירט #גנדי-געיט שטאפל ביי שטאפל מיט קונצליכע פאעזיע
[tag]קפנדריא[/tag], פארטיידיגט די הנהלה מיט הערליכע פאעזיע

נספח ג׳

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:31 am
דורך קינד_אן_קייט
לעקציעס פונעם סאמוטאכע:

אומצאליגע מענטשן טרעפן אין קאווע שטיבל זייער פלאץ זיך אויסצוגעבן, קונה זיין ידיעות, ליינען, שרייבן, שמועסן, זיך באקענען מיט אנדערע וכו׳, א היפשער חלק האבן גענומען די חששות גאר ערנסט און זיך געשפירט פערזענליך געטראפן. ס׳זענען געווען חברים וואס האבן ממש בלי שום גוזמא געהאט טרערן אין די אויגן ווען זיי האבן געמיינט אז ״זייער״ ק״ש גייט אונטער ח״ו. מ׳דארף זיך לערנען נישט צו גרינגצושעצן אדער נעמען פאר לייכט אט די הרגשים אפילו נישט בלויז אויף קיין וויץ, כי בנפשם הדבר.

ולהיפוך, האט אלעמאל געהערשט א רושם אז דער עולם דא איז איבערגעשפיצט כדבעי׳ און היפש ראפינירט, אבער מ׳האט זיך נישט פארגעשטעלט אז מ׳זאל נישט קענען אויספירן א שטיקל א וויץ פאר עטליכע שעה… מ׳האט אונטערגעשאצט דעם קאלעקטיוו פקחות, נעווער עגעין.

אנדערע אבזערוואציעס:

    • שווער צו געטרויען ווירטואלע באשעפענישן אדער פארקומענישן;
    • מ׳ווייסט ווי א וויץ הייבט זיך אן, מ׳האט אבער נישט קיין אהנונג ווי ס׳וועט זיך ענדיגן;
    • ציניזם איז אפשר א קללה, אבער ציניקער וועלן גאנץ זיכער ראטעווען דאס מענטשהייט;
    • וואס הומאריסטן קענען באווייזן קען קיינער נישט, זייער מתנה איז דאס גרעסטע ברכה עלי אדמות;
    • ס׳איז היפש גרינג אפ׳צונער׳ן א ציבור;
    • ס׳איז היפש שווער מצער צו זיין א ציבור;
    • אפריל דער ערשטער איז ערשט נעקסטע וואך מיטוואך;
    • קאווע שטיבל איז למעלה מן הזמן (Ahead of the game).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:35 am
דורך שמעקעדיג
נאך אן אבזערוואציע:

די אוואטאר מענטשעלעך פון שטיבל (אויבן) האבן אנגעהויבן פלאפלען.

.

Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:36 am
דורך [NAMELESS]
גאנץ גוט.....
כ'קען נישט זאגן אז איך האב אינגאנצען געקויפט די סימאטאכע אבער כ'האב דאך געציטערט.
כ'קען שוין טוישען מיין אוועטאר.....

Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:38 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:נאך אן אבזערוואציע:

די אוואטאר מענטשעלעך פון שטיבל (אויבן) האבן אנגעהויבן פלאפלען.

די לינקע מענטשעלע טראכט נאר.....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:46 am
דורך דולה ומשקה
-"שוין אפריל דער ערשטער?" פרעגט א ותיק וזקן תושב פון קאווע שטיבעל.
- "זריזין מקדימין!" ענפערט זיין קאלעגער פון דער זעלבע יאר גאנג.

מורי ורבותי!!!

דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, קינד און קייט מוז זאפארט ווערען פארדאמט. איך האב זיך נישט געקענט אראנטירען און קומען צו זיך. דער דרייט ווייטער דער קאנספיראציע אז עס איז גאר געוועהן א אפריל וויץ, אז קיינער זאל זיך נישט דאכטען אז שטילערהייט האט מען אריין געגאסען סם און דער געשאמקסטע קאווע וואס אונז פארמגען.

[center]רבותים!

אזוי הייבט זיך עס אן!
קודם לאכט, קודם איז דאס בלויז א וויץ!
דערנאך ווערט עס פארוואנדעלט אין דער נייע נארמע.

דער וויץ צייגט באמת וואס עס טוט זיך אפ אונטער דער קאליסען פון עטליכע וואס טרינקען שוין זייער קאווע דורך IV אינטערווינעס און שפירען שוין נישט דאס ריכטיגע. דער וויץ מוז ווערן פארדאמט!!![/center]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:53 am
דורך לעיקוואד
מען דארף נעמען די אלע קשיות און טענות וואס דער עולם האט געהאט אויף די מעשה און זיך מסדר זיין נעקסטע מאל צו באקן א בעסערע מעשה. עס זענען געווען צופיל לעכער דערין און האט געטוישט ווערזיעס צופיל מאל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:54 am
דורך הוגה
זייער א נער'ישע קארני אומגעלונגענע דזשאוק. איך גלייב נישט אז אפילו איינער פון די געהעריגע חברי השטיבל האבן "געציטערט" אדער "כמעט געהאט טרערן אין די אויגן". די שפיל האט זיך נישט געענדיגט יעצט - לדעתי - צוליב די אנגעצויגנקייט נאר צוליב דעם ווייל קארניער ווי דעם האט עס שוין נישט געקענט ווייטער גיין. ווען איך בין ווען פון די ק"ש אדמיניסטראציע וואלט איך נישט געלאזט דער אשכול פובליצירט ווערן נאר אנשטאט דעם וואלט איך געשריבן א קורץ-און-שארף התנצלות צו די חברי הק"ש ווי פאלגענד. "מיר האבן געוואלט מאכן א וויץ, עס איז נישט געלונגען, מיר אנטשולדיגן זיך פאר איין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] די נערווען, עס וועט מער נישט פאסירן, ואתכם הסליחה".


.

Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:55 am
דורך [NAMELESS]
וער איז די טאפ פעיד עקטאר? גנדי אדער איך אויך?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:56 am
דורך לעיקוואד
להוי ידוע איך בין נישט קיין חלק פון די קאנספיראציע און איך צו נישט צוריק פון די נייע תקנות מיינע.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:57 am
דורך איך אויך
לעיקוואד האט געשריבן:להוי ידוע איך בין נישט קיין חלק פון די קאנספיראציע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:07 am
דורך רויטע וואנצעס
די וויץ האט זיך געדארפט ענדיגן וויבאלד פסח איז באלד דא און קארן איז קטניות.

א וויץ זייגט ווען ס'איז אויף די סאמע יסודות פון א סיסטעם. א גוטע וויץ איז אויף א זייטיגע זאך אינעם סיסטעם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:09 am
דורך הוגה
נו, אויב איינער האט פון דעם באקומען גוטע לעססאנס, which I highly doubt, תבא עליו ברכה. איך האב איין לעססאן זיך געלערנט, אז אפילו נאך דעם וואס מען איז מודה אז די דזשאוק איז נישט געלונגען, פרובירט מען נאך זיך אנצוכאפן אין עני קליינע פאדעם וואס עס איז נאר מעגליך און זיך פרובירן איינצורעדן אז עס איז געלונגען כאטש למחצה לשליש ולרביע.

Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:14 am
דורך טאמבל סאס
פאר קאמפענסאציע ווילן מיר אלע א עכטע אפריל פלוס וויץ!
נעווערדעלעס, כ'בין זיכער אז אסאך יושבי חושך האבן זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון אריינשמעקן, זעהן צו ס'טאקע אטו בבנים שובבים עסקינן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:23 am
דורך ירח בן יומו
וואו איז [tag]גנדי[/tag] פארשוואונדען געווארן?
קען ער אפשר מוחל זיין און באשטעטיגן אז אין כאן לא סטראשן ולא מעקן ולא שליסן אבל יש כאן א באנדע לצים?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:27 am
דורך יין שרף
ביטע אריינפירן די אשכול אין שבת אחים. איך שעם מיר פשוט ס׳זאל זיין אזוי נגלה לכל...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:34 am
דורך גנדי
ירח בן יומו האט געשריבן:וואו איז [tag]גנדי[/tag] פארשוואונדען געווארן?
קען ער אפשר מוחל זיין און באשטעטיגן אז אין כאן לא סטראשן ולא מעקן ולא שליסן אבל יש כאן א באנדע לצים?


יא! מען האט מיר געפרעגט רשות פאראויס. און געבעטן מיטשפילען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:34 am
דורך פליקער
ווי שעמט מען זיך נישט צי מאכן וויצען ווען מארטש 21 האבן זיך זיבן גופים גופים פארברענט כליל תקטר

און נאך צוויי ל"ע "נא"

זייער נישט שיין

איך בין סארפרייזט פון דיר קינד מיינס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:37 am
דורך גנדי
איך מוז זאגען דער אמת.

מיט דערצייט האב איך זיך אויך אנגעהויבען דערשרעקן אז יעצט איז דאס טאקע א וויץ. אבער ס׳קען איינמאל עכט געשעהן. איך האב שנעל געטוישט מיין אימייל און פעסווארד פון קאווע שטיבל.

Re: אומברעכבאר: דער גייסט פון קאווע שטיבל!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:44 am
דורך נופת צופים
@קינד_אן_קייט דו גייסט באלד אויסנוצן דיינע לייקס
[emoji1]

נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:46 am
דורך יין שרף
ער׳ז אויף די אנלימיטעד פלען