שפוך חמתך.... אליהו הנביא קומט צו גיין....
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:17 pm
נו שוין! ב"ה מ'האט שוין אריינגעלייגט אין די קינדער די פולסטן מאס אמונה וואס שייך מיטן סיפור יציאת מצרים, מ'האט שוין אפגעגעסן די מצה וואס איז טאקע געווען לתיאבון מיטן פילן זין פון ווארט, די ציינער טוהן היבש וויי פון מצה און דעם כורך אבער למען האמת עס האט זיך געלוינט, די בויך רעדט אביסל פון די שארפע מרור וואס ווייקט זיך אין מאגן, מ'האט אפגעגעסן די פאלשע פיש מיט די געזאלצענע אייער מיט די פיינע פסח'דיגע לאקשן, און ס'איז שוין גערינען שמאלץ פון די ליפן ביים עסן די אפיקומען, אלעס גייט מיט געשמאקייט און א רואיגקייט, מ'האט אפגעבענטשט.
דער ראש המשפחה זינגט אזוי אונטער יראו את ה' קדו....שיו... (גראדע איינע פון די באקאנטע אליהו הנביא נגונים פןו מוש"ק) פלוצלינג! יעדער ווערט שטיל.... ס'ווערט ספאקי דער טאטע נעמט ארויס צוויי פרישע פארמאכטע באטלעך וויין פונעם באקס און אן קיין שום מורא דרייעט ער איבער דעם גאנצען באטל אינגאנצען איבערגעדרייעט העכער דעם ריזיגען כוס וואס ליגט פונקט אינמיטן טיש, יעדע קוקט צו דעם ספעקטאל ווי דאס קען זיין אז מען דרייעט איבער א 'גאנצע' באטל און מ'האט אפילו נישט מורא אז עס וועט איבערגיסן, דער טאטע א חסידישער איד טראכט ביי זיך אה! לאמיר אנגרייטן דעם כוס פאר דעם גרויסן גאסט איך פריי זיך אז איך קען איך מכבד זיין מיט אזא שיינעם בעכער און אסאך וויין, אודאי איז דאס העכערע זאכן, געט שנעל א דריי צוריק, אבער דאס איז דער מנהג ישראל און פריי זיך אז איך קען דאס טוהן מיט א שלימות, מען קען הערן די וויין זיך ארויסבאבלען פונעם באטל אריין אין דעם כוס של אליהו, ווען אין די זעלבע צייט שפרינגט אביסל אונטער די האנט פונעם טאטען ווען עס ווערט אים פליצלונג גרינגער אין גרינגער דעם באטל נאך יעדן באבל וויין וואס האט זיך ארויסדערווישט פונעם באטל אזוי דארף ער באלאנסירן די האנט פאר א שיינע צוויי מינוט, דער פרישער בחור חיים וואס האט עטוואס אנגעהויבן לייגן תפילין שפירט אז ער וויל לאכן, אבער ס'פאסט דאך נישט: איך בין דאך א ערנסטער בחור, טראכט ער צי זיך, לייגט ער ארויף די הענט אזוי אויפן מויל אז קיינער זאל נישט כאפן, דער עולם מיינט דאך נאר אז ס'קראצט אים די בארד אדער דארט אביסל פון די רעכטע זייט פון די נאז וואס טראגט צום מויל, די קליינע האבן נאכנישט קיין מורא איין מינוט לאכן זיי אויפן קול, די צווייטע מינוט פרעגן זיי פארוואס אליהו הנביא הערט נישט אויף צו זיין דארשטעריג און וויאזוי ער קען גיין אזוי שנעל גיין פון איין הויז צו די אנדערע, די וואס זענען אביסל מער געלערענטער וועלן מסביר זיין אז ער איז א מלאך וואס קען פליען מורא'דיג שנעל און ער קען טרינקן וויפול ער וויל אנדערע וועלן זאגן אז ער טרינקט נאר א פיצי ביי יעדע הויז.
די כוס איז פיל על גדותיו די דיבאטע איבער אליהו הנביא צווישן די קליינע איז פארטיג, און דער קליינער וואס האט זיך געבעטן אפאר טעג בעפאר דעם סדר אז ער גייט עפענען די טיר פאר אליהו הנביא האט באקומען קאלטע פיס ער מורא באקומען אז אפשר ווער ער נישט קענען ארויפקומען די שטיגן אזוי שנעל ווי אליהו הנביא קען וואקן, אויך האט ער מורא צו זיין אליין מיט אליהו הנביא, וואס וועט זיין אויב ער וועט אים זעהן? וואס זאל איך אים זאגן, ס'גייט זיין צו שרעקעדיג...
נאך א שטיקל דין ודברים שיקט מען מיט מיט אים זיין ברודער דער בחור'ל חיים, חיים איז אויך היבש צומישט איך גיי קענען דאס יאר זעהן אליהו הנביא? עכט האב איך אויך מורא אבער איך בין דאך שוין א בחור ער נעמט זיך די קאראש און גייט אראפ די שטיגן ער גייט אראפ שטייט אנכאפנדיג דעם קליינעמ'ס הענט ער קען שפירן די אנגעצויגנקייט אין די דערשראקענקייט פון זיין ברודער'ל, חיים זאגט אים אז מדארף נישט מורא פון אליהו הנביא ער איז א גוטע מלאך כאטש וואס ער אליין ציטערט אויך די הויזן, זיי קומען אן אונטן און חיים געט די אפציע פאר זיין ברודערל צו עפענען אבער ער האט מורא חיים זאגט אקעי לאמיר ביידע אויפאמאל עפענען, די טיר עפענט זיך און זעהט אויס אז דאס יאר האבן זיי נישט זוכה געווען צו זעהן אליהו הנביא (אפשר יא?) דער קליינער לויפט שנעל ארויס די שטיגן ער ווייסט נישט ווי ס'איז מער אינטערסאנטער מיטצוהאלטן דאס ארויפקומען צוזאמען מיט אליהו הנביא אדער זיין אויבן און זעהן וויאזוי ער קומט ארויף, חיים גייט ארויף שטאט ווי א גרויסער בחור, אויבן ווערט א צומישעניש אליהו הנביא איז שוין יא דא? ווייל דער קליינער איז ארויפגעלאפן? אדער איז נאכנישט דא ווייל חיים גייט שטאט, חיים גייט ארויף שטאט ער האט אינזין אז ער באגלייט ארויף אליהו הנביא מיטן גרעסטן מאס כבוד...
ער קומט אן אויבן און דער טאטע הייבט אן מיט א קול אדיר וחזק שפוך חמתך.... כי אכל את יעקב.... חיים קוקט אריין אין די הגדה ער וויל אינזין וואס ער בעט פון אליהו הנביא, דער קליינער האלט אן אויג אויפן כוס צו זעהן אויב עס ווערט אביסל ווייניגער, ווען מען קומט אן ווערטער פון 'מתחת שמי ה' ווערט דעם טאטנ'ס קול אביסל רואיגער און אין די זעלבע צייט גרייט ער זיך שוין אראפצולייגן דעם בעכער, און יעצט גוט חיים א שטופ דעם טיש און דער בעכער געט זיך א גיס אויס, חיים ווייסט אז מען האט געמאכט די זעלבע זשאוק מיט אים ווען ער איז געווען קליין, אבער ער האלט אז דאס ברענגט אריין אמונה, די טאטע קוקט זיך צו מיט א איינגעהאלטענע שמייכל וויאזוי די קליינע זעהן קלאר מיט די אויגן אז אליהו הנביא האט געטרינקן פון די בעכער, אבער דער קליינער איז נישט צופרידן ער טענה'ט אז נישט אזוי טרינקט מען, ער זאגט אז ווען איך גיס אויס ווען איך טרינק זאגט מען מיר אז איך בין שוין גרויס און איך דארף אביסל בעסער וואטשן, און אליהו הנביא קען נישט וואטשן? חיים דארף פארטייגן זיין שפיל, און ער טענה'ט צוריק אז אליהו הנביא האט געדארפט ארויפגיין אויפן טיש צו טרינקן און דאס האט אויסגעגאסן די בעכער, אזוי האט חיים אויסגעפירט זיין שליחות די קליינע גלייבן מיטן גאנצן הארץ אז אליהו הנביא איז דא געווען.
מיר גלייבן אלע באמונה שלימה ואמונת צדיקים אז אליהו הנביא קומט טאקע צו גיין און אז צדיקים האבן אים באמת געזעהן, אבער פארוואס דארף מען דאס טוהן דורכ'ן פאפן שאקלן דעם טיש וכדו'?
פארוואס דארפן מיט אויפוואקסן מיט די אבזארוואציע אז אפילו ווען מיר ווייסן אז מען רעדט פון א גוטע מלאך האט נאך אלס מורא (יראת הרוממות אפשר) וויאזוי קען מען מסביר זיין פאר די קינדער אז עס איז באמת א געשמאקע זאך צו האבן אליהו הנביא אלס גאסט און אונזער הויז איינמאל א יאר?