בלאט 1 פון 1
גאז אויפרייס, פייער אין געביידע אין מאנהעטן, פארכאפטע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 3:59 pm
דורך ישראל קאפקע
א שוידערליכע פייער האט אויסגעבראכן אויף 125 2טע עוועניו ביי סט. מארקס אין איסט ווילידזש אין מאנהעטן.
די פינף שטאקיגע געביידע איז געווען איינגעהילט אין פלאמען ערגעץ נאך דריי אזייגער. ווייניגסטנס דרייסיג זענען פארוואונדעט, און לויט באריכטן זענען צענדליגע מענטשן נאך פארכאפט. דערווייל איז נישט דא קיין באריכטן איבער טויטע.
Watch live
http://t.co/noqYWM8DRB
Pictures
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:02 pm
דורך וועטערבאריכט
.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:30 pm
דורך ישראל קאפקע
באשטעטיגט, צוויי ערנסט פארוואונדעט.
אויפגעריסן אביסל נאך דריי נאכמיטאג.
צוויי בנינים, אויף 121 און 125 2טע עוועניו. איין געביידע איז גענצליך איינגעפאלן בער א דריי פערטל שעה צוריק.
ברענען נאך אינגרויסן. געווען א זיבן אלארם פייער פריער. הונדערטער פייער-לעשער אויפן פלאץ.
Re: גאז אויפרייס, פייער אין געביידע אין מאנהעטן, פארכאפטע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:51 pm
דורך ישראל קאפקע
נעכטן האט מען אפגעצייכנט הונדערט און פיר יאר פון די טרייענגל פייער אין ניו יארק סיטי, איינע פון די ערגסטע מאסן פאטאליטעטן פייערן אין דעם שטאט.
Re: גאז אויפרייס, פייער אין געביידע אין מאנהעטן, פארכאפטע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:52 pm
דורך [NAMELESS]

- uploadfromtaptalk1427403139321.jpg (90.15 KiB) געזען געווארן 1657 מאל

- uploadfromtaptalk1427403132284.jpg (96.45 KiB) געזען געווארן 1657 מאל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 5:13 pm
דורך ישראל קאפקע
עס קוקט אויס ווי די געביידע אויפן ווינקל פונעם גאס -צווישן די צוויי געביידעס וואס ברענען שוין זינט דרייע צייט- האט יעצט אנגעהויבן פלאקערן.
אין וויליאמסבורג קען מען יעצט אויף די מינוט הערן עטליכע עמערדזשענסי וויהיקלס מיט סירענעס זיך יאגן צום סצענע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:02 pm
דורך ישראל קאפקע
פיר זענען באשטעטיגט טויט, און איבער זעכציג פארוואונדעט. ניין פעלן דערווייל.
Re: גאז אויפרייס, פייער אין געביידע אין מאנהעטן, פארכאפטע.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 7:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fzWk_QHeOAI[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:37 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח ראשעקל זייט דו לייגסט ווידיאוס דורך די נייע גייסט (טעפלאק) קען איך זעהן דיין הערליכע ארבעט, אבער בילדער נאר אויף די אלטע גייסט.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 11:46 am
דורך שמעון וואלף
ר' חיים מרדכי פערלמוטער ביים אויסטיילן מזונות פאר די פייערלעשער
Re: גאז אויפרייס, פייער אין געביידע אין מאנהעטן, פארכאפטע.
נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:25 pm
דורך petergrifin
ווען מעג מען געבן עסן למשל פאר א סיטי אפישעל/עמפלויאי און ווען נישט? איך האב אסאך מאל געהערט אז ס'איז נישט לעגאל צו געבן עניטינג.
Re: גאז אויפרייס, פייער אין געביידע אין מאנהעטן, פארכאפטע.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:15 pm
דורך יעלה ויבא
Interesting that the caption says "MAN" handing out pastry if it would be a report on a fraud or another crime they would've write ORTHODOX RABBI