בלאט 1 פון 4

פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:30 am
דורך אשר
דאס איז א נושא ווי מ'טאפט א וואנט, ווער איז גוט און ווער מאכט נאר חרוב ? דאס איז א זאך וואס יעדער פראבירט אויסצוגעפינען און ביי אונז מאכט מען א סוד פון די גאנצע זאך ממילא איז צען מאל שווערער צו טון די ריסערטש. לאור דאס אלעס ארבעט איך אויף א שטיקל ליסטע וואס איך קען באקומען פון ריליף פון סוקסעספולע טעראפיסטן, און אוודאי ווער עס קען צולייגן גוטע מומחים וועט טוען א גרויסן גמילות חסד און וועט זעכער באקומען זיין שכר.

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:42 am
דורך געוואלדיג
אה זריזין מקדימין קוים געקומען שוין א נייע אשכול, נו לאמיר זעהן וואס דו האסט צו צושטעלן און מען וועט מוסיף זיין

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:22 am
דורך רויטע וואנצעס
פאר קינדער? עלטערע? הילף אין וואס? יעדער גוטע טערעפיסט איז נישט גוט אויף אלעס.

Re: פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:58 am
דורך נופת צופים
געוואלדיג האט געשריבן:אה זריזין מקדימין קוים געקומען שוין א נייע אשכול, נו לאמיר זעהן וואס דו האסט צו צושטעלן און מען וועט מוסיף זיין

וואס פארשטייסטע נישט. ער איז שוין א תושב דא, נאר ער שעמט זיך צו פרעגן דעי עניינים (כאמור ) האט ער געמאכט א נייע ניק.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:02 am
דורך [NAMELESS]
אשר האט געשריבן:דאס איז א נושא ווי מ'טאפט א וואנט, ווער איז גוט און ווער מאכט נאר חרוב ? דאס איז א זאך וואס יעדער פראבירט אויסצוגעפינען און ביי אונז מאכט מען א סוד פון די גאנצע זאך ממילא איז צען מאל שווערער צו טון די ריסערטש. לאור דאס אלעס ארבעט איך אויף א שטיקל ליסטע וואס איך קען באקומען פון ריליף פון סוקסעספולע טעראפיסטן, און אוודאי ווער עס קען צולייגן גוטע מומחים וועט טוען א גרויסן גמילות חסד און וועט זעכער באקומען זיין שכר.

אוי וויינסטו גוט.
ליידער, לאור מצבינו העגום היום, איז א קורצע וועג פון א 'סוקסעספולע' טעראפיסט, ביז א 'סעקספילע' טעראפיסט. וד"ל. מיר מיינען אז ער איז וועלטס גענאדע פאר מענטשהייט, דערנאך ווערט מען געוואור אז וועגן זיין 'באהאנדלונג' דארף מען אליינס גיין צו א טעראפיסט.

דער פלא איז, אז במחנינו דארף מען נישט האבן קיין דעגרי [ווייל אונז פארשטיי מיר 'סאך בעסער'...], און כל הרוצה ליטות את השם [קרי: את הממון] יבוא ויטול. לית דין ולית דיין ואין פוצה פה ומצפצף.

און שיער נישט פארגעסן: אלעס איז 'בהמלצת הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א'...

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:47 pm
דורך אשר
די ליסטע וואס איך ארבעט יעצט איז פאר עלטערע מענער-בחורים אבער איך האף נאכצוקומען מיט א ליסטע פאר קינדער, אויב איינער האט עפעס אינפערמאציע וואס קען ארויסהעלפן דאן ביטע לאזן וויסן אין אישי. דא קומט אבער א פראבלעם וויאזוי צו מפרסם זיין די נישט גוטע לויט די תקנות המקום- זאל איך נאר שרייבן גוטע ומכלל הן אתה שומע לאו?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
אקעי, לאמיר אייך זאגן וואס איך ווייס.
דהיינו, ווער ס'האט מיר געהאלפן אין שווערע זמנים, [ווער נישט וועל איך נישט שריבן... חח] און בנוסף זענען מיט א היי דעגרי און זענען 'טאפ' וואס איז שייך אויפן היימישער מארקעט.
א טעראפיסט פאר יונגע אלטע סינגלס און חתונה געהאטע, איז אין מאנסי דא 'מאטי קליין', וואס קאסט טאקע א פרייז יעדע וויזיט, אבער ס'ווערד יעדע פעני, ווייל ער מאכט נישט קיין לאנגע מעשיות, ער 'צילט' אז מ'זאל נישט דארפן קומען צו עהם מער נאך א פערטל - טאפס א האלבע יאר, פאר ווער ס'פארשטייט וואס דאס מיינט, די שיטה פון טאקע טוישן דעם קליענט, נישט סתם שלעפן און בא'נעבעכן.

ווידער א גוטע ספעציאליסט אין דיאגניזירן יעדן, קינדער עלטערע גלייך, איז דער באקאנטער דאקטאר פרייס, וואס פירט אן א האלבע טאג דעם פסיכולאגישע אפטיילונג אין ביקור חולים אף ראקלענד, און א האלבע טאג האנדעלט ער אין זיין אייגענע אפיס, וואס ער איז דער קעניג פון פסיכאלאגישע דאקטורים, על כל פנים אינעם היינטיגער דור - דערווייל!

Re: פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:45 pm
דורך נופת צופים
מנשה לוסטיג האט געשריבן: [ווער נישט וועל איך נישט שריבן... חח]


איז דא א סמיילי פאר חח?

Re: פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 6:47 pm
דורך קינות גירושין
יא דער מאטי קליין איז זייער גוט, ער האט אויך א אפיס אין וויליפעסט

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:40 pm
דורך שמעקעדיג
אויף מרדכי (מאטי) וויינבערגער האב איך געהערט גוטע אינפא.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב אויך געהערט גוטע אינפארמאציע אויף איהם, אבער זיינע דרשות האבן מיר איבערצייגט אז ער איז אייגנארטיג און איז לכאורה פאסיג בלויז פאר געוויסע.
מ'קען הערן זיינע געדאנקען (גאנץ שיין גראדע און גוטע טיפס) אויף זיין האטליין:
718-298-2011

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:00 pm
דורך נאטירליך
דר. בנציון סורוצקין פון פלעטבוש איז זייער גוט check out http://drsorotzkin.com

פסיכאלאגן-טעראפיסטן-פסיכיאטערן

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:30 pm
דורך חאצקעל שניידער
וואס טוט זיך מיט ר׳ לייבל שטערנליכט , כהאב געהערט אסאך פון זיינע שיעורים רוב מאל איז ער מיר גאנץ געפאלן.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:35 pm
דורך נאטירליך
ר' יואל כהן פון מאנסי איז זייער גוט זיך צוהיילן פון אלע סארט spiritual abuse

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:37 pm
דורך הוגה
נאטירליך האט געשריבן:ר' יואל כהן פון מאנסי איז זייער גוט זיך צוהיילן פון אלע סארט spiritual abuse


וואס איז דאס spiritual abuse?

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:48 pm
דורך יואב
הוגה האט געשריבן:
נאטירליך האט געשריבן:ר' יואל כהן פון מאנסי איז זייער גוט זיך צוהיילן פון אלע סארט spiritual abuse


וואס איז דאס spiritual abuse?

ברלנד/כהן געיט?

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:49 pm
דורך נאטירליך
Spiritual abuse איז abuse אין נאמען פון רעליגיע, למשל לעבן מיט די איינרעדעניש אז דער רבוש"ע איז בא בטרוניא עם בריותיו(און אויף יעדע קלייניקייט איז מען חייב מיתה וכל היסורים) אדער אז ער פארגינט נישט קיין עולם הזה וכו'

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 10:57 pm
דורך הוגה
איך כאפ נאכאלץ נישט פונקטליך. ווער איז דער ר' יואל כהן? ווער איז זיין קליענטעל? און וואס איז זיין מעטאד?

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:08 pm
דורך געוואלדיג
.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:21 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס האלט דער עולם. איז דא א וועג וויזוי פטור צו ווערן פון די אלע ענקזייעטי דעפערעסיע וכו' לגמרי, דאס הייסט, צו קען מען מאכן דיליט!! ווי גלייך די גאנטצע עביוז איז קיינמאל געשעהן אן דארפן ציריקקיקן און זיך מחזק זיין מיט כל המיני טיפס? אדער ניין

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:46 pm
דורך הקטן
און זייער אסך פעלער, יא
נישט דיליט אויף די מעשה אבער דיליט אויף די נאכווייען.

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:55 pm
דורך קאצקע ציקער
וויזוי?

נשלח: דינסטאג מאי 05, 2015 11:57 pm
דורך הקטן
ס'דא מערער מהלכים וואו אזוי א פראפעשנל קען דילען מיט טראמא
check out EMDR
ס'דא נאך מהלכים אויך