בלאט 1 פון 2

טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:25 am
דורך כוכב
די רעדאקציע האט געשטעלט א ציל צו זאמלען פינף הונדערט דאלער צו קענען דעקן די הוצאות פון "פה-סח" און מיר טוען זיך באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די חשוב'ע חשוב'ע חברים וואס האבן אנטיילגענומען אין די ספאנסארשיפ, ומפרסמין עושי מצוה ה"ה:
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
[tag]אפטעמיסט[/tag]
[tag]אספקלריה[/tag]
[tag]נולד מאוחר[/tag]
[tag]אבטולמוס[/tag]
[tag]שטילע אינגערמאן[/tag]
[tag]סמבטיון[/tag]
וואס צוזאמען האט מען דערגרייכט דעם געוואונטשענעם ציל פון פינף הונדערט דאלער.
ודא עקא, אז איך זוך יעצט אן אפעקטיווע און אנאנימע וועג וויאזוי דאס געלט זאל קענען איבערגעגעבן ווערן. איך וויל דאס געלט ווי אמשנעלסטנס ווייל איך קען נישט נעמען די הוצאות אויף מיר.
דעריבער, אויב איינער קען ארויסהעלפן מיט א סטראטעגיע וויאזוי מ'קען אריבערטרענספערן דאס געלט זאל ער ביטע דא שרייבן פונקטליכע אנווייזונגען אז די נדבנים זאלן זיך באלד קענען נעמען טון צו דער זאך.
דאס געלט קען מען שיקן צו קאווע שטיבל פעי פאל אקאונט אויף kaveshtiebel@gmail.com

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:30 am
דורך לעיקוואד
פעי פעל קען מען נישט שיקען אנאנים?

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:32 am
דורך נופת צופים
גוגל וואלעט. יעדער וואס האט א דזשימעיל קען עס ניצן
http://wallet.google.com

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:33 am
דורך נופת צופים
אויב איז עס נישט גענוג אנאנים וועסטו מוזן ניצן ביטקאון

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:45 am
דורך כוכב
לעיקוואד האט געשריבן:פעי פעל קען מען נישט שיקען אנאנים?

מ'דארף עפענען אן אנאנימע אקאונט. נעמט צען מינוט. איך וויל יעדער זאל זיך אויסקלויבן דאס לייכסטע וועג פאר אים און שיקן זיין נדבה. ביטע נאך היינט.

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:46 am
דורך געוואלדיג
איך קען דאס איבער געבן פאר די באשטייערער?

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 10:53 am
דורך נופת צופים
גוגל וואלעט איז מסתם די גרינגסטע און שנעלסטע. אויב האסטו דזשימעיל נעמט עס דרייסיג סעקונדעס אויפצוסעטן.

איך וועל בל"נ צוגעבן עפעס.

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 11:00 am
דורך נופת צופים
נאך איין אפשען @כוכב, קענסט אויפסעטן PayPal here און אזוי קענסטו געהעריג אקצעפטירן קרעדיט קארטלעך.
עס קאסט דיר אבער אפאר פראצענט

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 12:05 pm
דורך סארווירער
ווי כוכב האט געשריבן, קען מען עפענען א אנאנימע פעיפאל אקאונט, און עס דארף נישט נעמען מער ווי אפאר מינוט. מ'דארף ניטאמאל מקשר זיין די אנאנימע אקאונט צו א בענק אקאונט, און מ'קען עס נוצן צו באקומען און שיקן געלט פון און צו אנדערע פעיפעל אקאונטס.
אויב האט איר א געהעריגע פעיפעל אקאונט אויף אייער נאמען, שיקט דאס געלט צו אייער אנאנימע פעיפעל אקאונט, און פון דארט קענט איר עס שיקן צו kaveshtiebel@gmail.com
פארשטייט זיך אז איר קענט זיין אינגאנצן באקוועם צו שיקן צו אונזער פעיפעל אקאונט אפילו מיט אייער אמת'ן נאמען. קיינער קוקט נישט און אינטערסירט נישט אייער אמת'ע נאמען, און אזעלכע אינפארמאציע איז אפגעהיטן פון אלעם בייזן מיט די שטרענגסטע מיטלען.
אבער ס'איז זעלבסטפאשטענדליך אז נישט יעדער איז באקוועם צו שיקן מיט די אייגענע נאמען, איז די פריערדיגע מיטל די וועג עס צו טוהן.

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 1:24 pm
דורך קאווע טרינקער
סארווירער האט געשריבן: קיינער קוקט נישט און אינטערסירט נישט אייער אמת'ע נאמען,

ס'שוין אפריל 1?..זריזין מקדימים

נשלח: פרייטאג מערץ 27, 2015 5:55 pm
דורך כוכב
עס איז דערווייל אנקום אנאנימע נדבות פון נופת צופים און ראובן דורך פעי פאל.
טייערע נדבנים ביטע פאלגט נאך זייערע פיס טריט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען איך עפן א נייע פעיפאל אקואנט און זיי בעטן מיין לעגאלע נאמען בלייבט עס פריוואט ביי זיי?

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:52 pm
דורך קינד_אן_קייט
ניין. פאר אן אנאנימער אקאונט מאך זיכער צו נוצן אן אנאנימער נאמען (פאלשע אדרעס, וכו׳).

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 11:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אמת'ע נאמען אויף די קרעדיט קארד איך לייג אריין בלייבט יא פריוואט?

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2015 11:59 pm
דורך שמערל
מען האט דא פריער גע'עצה'ט אז מען זאל אריינשיקן געלט אינם אנאנימער אקאונט פון א געהעריגער אקאונט

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:06 am
דורך כוכב
אנגעקומען אנאנימע נדבות פון קינד אוו קייט און נולד מאוחר.
רבותם, רופט אייך אן ווארעם. איך קלער פון קוויטן מיין זשאב און טון ק''ש פול טיים...

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 12:08 am
דורך איך אויך
האסט שוין די נייע גייסט אין דיר?

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:12 am
דורך כוכב
אריינגעקומען א הערליכע נדבה פון אספקלריה.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:05 am
דורך כוכב
איז דא איינער וואס וויל נאך אנטיילנעמען אין ספאנסארשיפ אדער אדווערטייזמענט?

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:46 am
דורך [NAMELESS]
יא. לאמיר רעדן אין אישי

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:04 pm
דורך כוכב
עס איז אריינגעקומען א נדבה פון רויטע וואנצעס
[tag]אפטעמיסט[/tag]

Re: טעכנישע הילף פאר די ''פה-סח'' פינאנצן

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:20 pm
דורך נופת צופים
עט דיס רעיט זעהט אויס אז אונז גיימער דא האבן פאבליקאציע אזוי דיק ווי א בוני עולם דשורנאל. אפשר קומט עס מיט א סי די אויך.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:28 pm
דורך געוואלדיג
רבותי וואס איז מיט די נאמען פון די קרעדיט כארד ווען מען האט א אנאנעמיסט אקאונט, מען ווערט נתגלה?