בלאט 1 פון 4
די קומענדע מלחמה מיט סיריע (און איראן, רוסלאנד ששששש)
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 8:37 pm
דורך זר זהב
ניין, די אשכול איז נישט קיין אשכול לבטלה, באשאר אל אסאד'ס וואכן זענען געציילטע. ס'איז שוין דא א מלחמה אין סיריע, און ווי ס'זעט אויס גייט בקרוב זיין א מלחמה מיט סיריע.
די שאלה איז וואס פארא טיפ מלחמה ס'וועט זיין. וועט אמעריקע און נאך געציילטע לענדער אנפירן א באמבאדירונג קאמפעין אויף די סירישע מיליטער און אסאד'ס פאלאצ'ן ? צי וועט מען בלויז ארמארירן די רעבעלען אז זיי זאלן זיך קענען שלאגן מיט די סירישע ארמיי אין אן איווען בעטטעלפיעלד ?
דער שטאלצער רוסלאנד וואס מיינט אז ער קען אלץ טון וואס ער וויל, איז יעצט היבש פארשעמט און גארנישט אזוי קאנפידענט ווען ער קומט אונטער פרעשור און טענות פון אמעריקע און נאך לענדער פארן דעליווערן אטטאקק העליקאפטערס פאר סיריע. רוסלאנד'ס שטייגער געווענליך איז צוריקשליידערן מיט ליגיונות ווען אימער זיי ווערן פארשריגן דורך אמעריקע, אבער דאס מאל פארענטפערן זיי זיך ווי טאטעלעך, זיי שפירן זיך געקארנערט.
אמעריקע טוט יעצט (עז ווי ספיק) אנקניפען גאר שטערקערע קאנטאקטן מיט די סירישע רעבלען און ווי ס'זעט אויס קען מען אנהייבן ציילן ספירה (וואו איז שמואל הלוי ?). און ביז ווי וואס ווען וועט אסאד זיין היסטארי.
--------------------
איך וויל בעטן די הנהלה, יא איך ווייס אז א מלחמה אינוואלווד זייער אסאך "קונסטליכע" זאכן ווי למשל די F-16 פליגער איז זייער "קונסטליך" געבויעט אזוי אויך די אלע מיססיליס אא"וו. מיט דעים אלעם ביטע נישט אריבערפירן די אשכול אינעם "קונסט" אפטיילונג.
א דאנק.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:15 am
דורך דבילה
זר זהב האט געשריבן:ניין, די אשכול איז נישט קיין אשכול לבטלה, באשאר אל אסאד'ס וואכן זענען געציילטע. ס'איז שוין דא א מלחמה אין סיריע, און ווי ס'זעט אויס גייט בקרוב זיין א מלחמה מיט סיריע.
די שאלה איז וואס פארא טיפ מלחמה ס'וועט זיין. וועט אמעריקע און נאך געציילטע לענדער אנפירן א באמבאדירונג קאמפעין אויף די סירישע מיליטער און אסאד'ס פאלאצ'ן ? צי וועט מען בלויז ארמארירן די רעבעלען אז זיי זאלן זיך קענען שלאגן מיט די סירישע ארמיי אין אן איווען בעטטעלפיעלד ?
דער שטאלצער רוסלאנד וואס מיינט אז ער קען אלץ טון וואס ער וויל, איז יעצט היבש פארשעמט און גארנישט אזוי קאנפידענט ווען ער קומט אונטער פרעשור און טענות פון אמעריקע און נאך לענדער פארן דעליווערן אטטאקק העליקאפטערס פאר סיריע. רוסלאנד'ס שטייגער געווענליך איז צוריקשליידערן מיט ליגיונות ווען אימער זיי ווערן פארשריגן דורך אמעריקע, אבער דאס מאל פארענטפערן זיי זיך ווי טאטעלעך, זיי שפירן זיך געקארנערט.
אמעריקע טוט יעצט (עז ווי ספיק) אנקניפען גאר שטערקערע קאנטאקטן מיט די סירישע רעבלען און ווי ס'זעט אויס קען מען אנהייבן ציילן ספירה (וואו איז שמואל הלוי ?). און ביז ווי וואס ווען וועט אסאד זיין היסטארי.
--------------------
איך וויל בעטן די הנהלה, יא איך ווייס אז א מלחמה אינוואלווד זייער אסאך "קונסטליכע" זאכן ווי למשל די F-16 פליגער איז זייער "קונסטליך" געבויעט אזוי אויך די אלע מיססיליס אא"וו. מיט דעים אלעם ביטע נישט אריבערפירן די אשכול אינעם "קונסט" אפטיילונג.
א דאנק.
שוין! זאל זיין נישט קונסט, אבער נייעס? איך וואלט געזאגט "סתם קאפ פארדרייענישן" - אבער נישט העכער ווי קאווע שטיבל זיכער...
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 10:05 am
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן: די שאלה איז וואס פארא טיפ מלחמה ס'וועט זיין. וועט אמעריקע און נאך געציילטע לענדער אנפירן א באמבאדירונג קאמפעין אויף די סירישע מיליטער און אסאד'ס פאלאצ'ן ? צי וועט מען בלויז ארמארירן די רעבעלען אז זיי זאלן זיך קענען שלאגן מיט די סירישע ארמיי אין אן איווען בעטטעלפיעלד???
א פרישע ווארט "ארמארירן".. דאס איז זיכער קונסט....
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:57 pm
דורך זר זהב
כאב עס געגאנבעט פון די "ארמארי" בילדינג
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:40 pm
דורך זר זהב
אמעריקע האט מורא אז איזרעאל פלאנט אן אטאקע אויף סיריע
http://freebeacon.com/target-syrian-wmd/
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 4:34 pm
דורך ניו יארק
לויט וויפיל אמעריקע האט אלס מורא פון א איזרעלי אטאקע אויף איראן, וואלט שוין איראן לאנג געדארפט זיין אראפ פון די מאפע.
עס קוקט אויס ווי זיי געבען ארויס די נייעס פאר זייער חשבונות.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 8:50 pm
דורך זר זהב
ס'דא וואס זאגן אז אבאמא גייט אפווישן איראן בעפאר די עלעקשאנס. ס'הייבט אן אויסזעהן ריכטיג
http://latimesblogs.latimes.com/world_n ... -iran.html
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:08 pm
דורך שמעקעדיג
דאס אלעס זענען אנדייטונגען אויף ביאת המשיח, וועלכער איז דא ערגעץ אראונד די קארנער.
הכונו....!!
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:10 pm
דורך זר זהב
דארף איך דאך דאס איינמעלדן שנעל פאר 550 בעדפארד עוו!! לויט ווי איך ווייס גייט ער מיר פירן קעגן משיח'ן!
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:37 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אהא, וואס וועט זיין אויב איראן געווינט ?
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:44 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אסאך רעדען פין א מלחמה אויסברוך אין אוקטובער,
http://geraldcelentechannel.blogspot.ca ... an-by.htmlזאל דער באשעפער האלטען די רעכטע האנט אויף זיינע קינדערלאך,
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:48 pm
דורך טאמבל סאס
ס'קומט זיכער נישט אריין. אבער לאמיר דיר זאגן דעם אמת. איך קען ליידער קוים ווארטן אויף א ערנסטע דריטע וועלט מלחמה ווייל איך האף אז דאס וועט זיין א גרינגע וועג ארויס פון
פון אזעלכע פראבלעמען און נאך אלס א שיינער איד, אן קיין פארשעמונגען און אומגינסטיגע דעקונג. אזוי ווי ס'איז געווען ביים קריג.
(איך קלאפ מיך שוין אויפן מויל)
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:53 pm
דורך פראפעסאר שפירא
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 10:16 pm
דורך טאמבל סאס
ער ציטירט פון דעבקא, וואס איז באקאנט פאר זייערע פילע דמיונות און קאנספיראציע טעאריעס. רוב זאכן שטעלן זיך ארויס צו זיין פאלש. א באנדע ארץ ישראל'דיגע ליידיג גייערס וואס רייטן אויף די תמימות'דיגע ליינער מיט זייערע שטורמישע אויפדעקונגען.
אבער דאך איז געשמאק צו ליינען די סארט באמבאסטישע קאנטראווערסיעלע נייעסער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 11:14 am
דורך זר זהב
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אהא, וואס וועט זיין אויב איראן געווינט ?
אויב איראן געווינט? פליז! אמעריקע'ס מיליטערי סופיריאטי איז הימל שרייענד גרעסער פון איראן.
און אויב ס'וועט ממש יא קומען צו א מצב אז איראן וועט האלטן ביים באזיגן, איז אנצונעמען אז "ליכטענשטיין" (נישט ווייט פון ציריך) וועלכער האט גוטע באציאינגען מיט אמעריקע וועט זיך אריינמישן אינעם קריג און איבערדרייען דעם מצב לטובת אמעריקע. (.... כאפסט? כ'רעד דיין שפראך

)
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:57 pm
דורך פראפעסאר שפירא
כ'האב עס געשריבען סארקאסטיש,
אבער כ'בין נישט פארגלייבט אין אמעריקעס כח, ווייל איראן איז מיליטעריש אויפגעריסטעט אין האט פאנאטישע קעמפער, א מלחמה ווייסט מען וויזוי ס'הייבט זיך אן נישט וויזוי ס'ענדיגט זיך, ספעציעל אז רוסלאנד מיט כינע וועלען צישטיין צי איראן,
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:49 am
דורך זר זהב
א מיטינג איז פארגעקומען אין סיריע מיט די גרעסטע עשאלנען פון די ארמיי, ווען פלוצלינג רייסט אויף א מעכטיגער אונטערגעשטעלטער באמבע און דער דעפענס מיניסטער (טראכט דאנאלד ראמספעלד) און דער דעפיוטי דעפענס מיניסטער {וועלכער איז גאר א שוואגער פאר אסאד!} זענען אומגעקומען!
נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 10:02 pm
דורך זר זהב
אין סיריע הרגעט מען זעך ארום, און
דא איז שא שטיל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 1:08 pm
דורך פראפעסאר שפירא
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:06 pm
דורך זר זהב
סיריע'ס פריים מיניסטער האט היינט דעפעקטירט צו די אפאזיציע!
ער איז אריעבער קיין ירדן.
דער זייגער רוקט זיך טיק טאק טיק טאק...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:42 pm
דורך שמעקעדיג
ווילאנג גיסטו פאר אסאד? א וואך? ווייניגער?
ער איז ווארשיינליך OVER בקרוב ממש.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:43 pm
דורך זר זהב
יא אזוי "פיהל" איך אויך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:אין סיריע הרגעט מען זעך ארום, און
דא איז שא שטיל
שטיל? האסט באזוכט צימעס לעצטענס??
