בלאט 1 פון 2

וידיאו פון דער ריי"צ מליובאוויטש נ"ע

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:17 pm
דורך ונבנתה העיר
שלום וברכה, טייערע פריינט.

ליובאוויטש האט שוין מיט א שיינע פאר יאהר צוריק ארויסגעגעבן א פופציג מינוט'יגע וידיאו פון אור וחיות נפשינו, דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי, ריי"צ, נ"ע.

מסיבה שאינה ידועה לי, איז עס קיינמאהל באקאנט געווארן אין די וועלט אינדרויסען פון חב"ד, האב איך מטוב לבי עס ארויפגעלאדענט אויף יו טוב [ווארטס נאר אז אייוועלט זאל עס מגלה זיין...], והיות חב"ד פארקויפט עס נאך, האב איך עס ארויפגעשטעלט אלס אנליסטעד.

צווישן אנדערע איז דא אויף איהר דעם רבינ'ס באזוך אין ניו יארק בשנת תרפ"ט, זיין אנקומען קיין אמעריקא זיך צו באזעצן, און ניין מינוט 'קאלירטע' וידיאו ווי ער ווערט אן אמעריקאנער בירגער.

תהנו.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=2sIOp3_EsLg[/youtube]

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 10:48 pm
דורך פרייוויליג
איז מהרי״צ דער וואס איז געראטעוועט געווארן אינמיטן מלחמה דורך א געהיימע מיסיע?

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:14 pm
דורך קאווע טרינקער
ליובאוויטש האט שוין געהאט דא אין ניו יארק נאך איידער דער מהרייצ איז דא אנגעקומען? נישט געוואוסט.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:48 pm
דורך [NAMELESS]
זיסע זכרונות, דאכצעמער כ'האב עס געזעהן ניינצן יאר צוריק, ס'קען זיין?

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:59 pm
דורך פליקער
שרעקעדיג אינטרעסאנט

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 12:50 am
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר: ייש"כ פאר ברענגען דעם גאר וויכטיגן, היסטארישן קליפ פון כ"ק מהריי"צ נ"ע. קוקנדיג דעם קליפ ווערט מען אוועקגעפיהרט אין אנדערע וועלטן. עולמות שחרבו. ווער ס'האט נאר א ביסל געליינט איבער די פעולות פונ'ם מהריי"צ לטובת אידישקייט אין סאוויעטן פארבאנד. און די יסורי הגוף והנפש וואס ער איז אריבער דורך די רשעים די קאמוניסטישע יעווסעקעס. און טראץ די אלע יסורים האט ער אויפגעהאלטן אידישקייט מיט מסירות נפש, דער קען א ביסל אפשאצן דאס גדלות און אצילות פונ'ם רבי דער מהריי"צ.

אויך איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רבי האט זיך זייער שטארק געעלטערט אין די צען יאר זינט זיין ערשטן באזוך אין אמעריקע. די אלע יסורי הגוף והנפש וועלכע ער איז אדורך צוליעב שמירת התורה והמצוות האבן נאכגעיאגט. און ס'האט זיך אויסגעדרוקט אין זיין פיזישע שוואכקייט. אבער דער כבוד מלכים וועלכע ער האט באקומען איבעראל וואו ער האט באזוכט ווייזט אויף זיין אמת'דיגע גדלות און אצילות. ער איז דאך געווען מגזע אראלים ותרשישים. זי"ע.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 2:25 am
דורך chusid
וואס איז פשט פון די כבוד מלכים און אז די ראש העיר שיקט א נציג האט ליבאביטש געהאט גאנצע 1000 משפחות אין ניו יארק אדער אמעריקע בימים ההם?

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 1:22 pm
דורך פליקער
אויך א גרויסן יישר כוח [tag]ונבנתה העיר[/tag], קענסטו אביסלע איבערגיין וואס איז געוועין די השתלשלות הדברים

וואס איז ער דורך אין רוסלאנד
ווי אזוי איז ער ארויס פון דארטן
ווער האט געארבייט אויף זיין באפרייאינג
פון ווי האט ער געהאט די אלע קאנעקשן'ס
פארוואס איז ער געקומען אויף ארצות הברית
ווען איז ער אוועק געפארן
ווי איז ער געפארן
ווי האט ער פארברעינג בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען למען הצלת ישראל בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען פארן כלל ישראל אחר המגיפה
ווי אזוי איז ער באפרייט געווארן פון די מלחמה
איין גרויסע פראגע צייכן פאר אלע קשיות
?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 3:26 am
דורך [NAMELESS]
פליקער האט געשריבן:אויך א גרויסן יישר כוח [tag]ונבנתה העיר[/tag], קענסטו אביסלע איבערגיין וואס איז געוועין די השתלשלות הדברים

וואס איז ער דורך אין רוסלאנד
ווי אזוי איז ער ארויס פון דארטן
ווער האט געארבייט אויף זיין באפרייאינג
פון ווי האט ער געהאט די אלע קאנעקשן'ס
פארוואס איז ער געקומען אויף ארצות הברית
ווען איז ער אוועק געפארן
ווי איז ער געפארן
ווי האט ער פארברעינג בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען למען הצלת ישראל בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען פארן כלל ישראל אחר המגיפה
ווי אזוי איז ער באפרייט געווארן פון די מלחמה
איין גרויסע פראגע צייכן פאר אלע קשיות
?

קיין חב"ד'סקער בין איך נישט, און דער גרעסטער היסטאריאן אויך נישט.
אבער כ'וועל דיך נאכאלס געבן מיינע פאר גרייצער.

דער ריי"ץ איז איינגעשפארט געווארן אין רוסלאנד אין תפיסה, בשנת תרפ"ז, פאר די קאנטער רעוואלוציענערישע שטיק פון פארשפרייטן אידישקייט. מען האט גוזר געווען אויף אים משפט מות. נאך השתדלות פון איבעראל, האט מען אראפגענומען דעם גזירה, אבער ער האט געמוזט גיין גלות צו א צווייטן לאנד, ער איז אנגעקומען קיין ריגע - לאטוויע.
תרפ"ט איז ער געקומען באזוכן אין אמעריקע, און אזוי אויך אין ארץ ישראל. דאכצעך מיר אן קיין ספעציעלע סיבה, נאר מחזק צו זיין זיינע חסידים. אזוי האבן אסאך אנדערע רבי'ס געטון יענע צייט. למשל דער אמרי אמת, דער סטריקובער, דער קארלינער, דער סלאנימער, ועוד.
ער איז גלייך צוריקגעפארן ווייל ער איז נישט אהערגעקומען להשתקע, וכנ"ל.
פון לאטוויע איז ער אריבער קיין פוילן, קודם אין ווארשע, דערנאך אין אטוואצק וואו ער האט געוואוינט ביזן אויסברוך פונעם צווייטן וועלט מלחמה. דורך השתדלות פון זיינע אמעריקאנע חסידים, האט מען געמאכט קאנעקשענס מיט די נאציס אליינס, און מען האט אים שוין ארויסגעלאזט גלייך ביים אנהייב מלחמה, און ער איז גלייך אנגעקומען קיין אמעריקע.
דאהי ווייס איך נישט פון עפעס ספעציעל וואס ער האט געטון, חוץ פון מאגד ומאחד זיין די שרידים לבית חב"ד [וואס בעיקר איז געשטאנען דערויף על המשמר, דער רבי שליט"א משיח זצ"ל]. כל שכן ווייס איך נישט פון עפעס ספעציעל וואס ער זאל האבן געטון להצלת יהודי אירופה. כ'מיין אז ער איז שוין געווען צו אפגעשוואכט, ואולי אני טועה.
כהאף כ'האב דיר אביסל קלאר געמאכט דעם ענין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 8:41 pm
דורך ונבנתה העיר
הילולא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 19, 2016 11:56 pm
דורך אינטערסאנטער
ביטע לייגן די ווידיאו אויך אויף א פלאץ ווי זשעי נעט לאזט אריין, וואס יו טוב איז נישט אויף די ליסטע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 2:06 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: איבער דיין תגובה פון מארטש 31 '15. (כ'האב עס ערשט יעצט באמערקט.) א קליינע הערה. די אויסוואנדערונג פון הצה"ק מהריי"ץ קיין לאטוויע איז נישט געקומען אויפ'ן באפעל פון די פארשאלטענע .."טשעקא"/קגב. נאר דאס איז געווען דער רצון הצדיק זעלבסט און זיינע חסידים, וועלכע האבן מורא געהאט אז די רשעים וועלן זיך טרעפן א צווייטע געלעגנהייט איהם צו ארעסטירן...ולאו בכל יומא מתרחש ניסא...!
דער מהריי"ץ זי"ע האט יא געהאט אויף זיך א גזירת גלות פון די רשעים,ימ"ש. נאר דאס איז געווען צו א פארמאכטע שטאט ערגעץ ביי די אוראלן בערג. נאר נאכדעם וואס ער איז ערלויבט געווארן צוריק צו קומען פון דארט קיין לענינגראד, האבן די חסידים דערטראכט אט דעם פלאן. און דאס איז געקומען דורך די שטארקע השתדלות פון ר' מרדכי דובין ז"ל, וועלכער איז געווען דער אמבאסאדאר פון לאטוויע צו דעם סאוויעטן פארבאנד...!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 8:12 pm
דורך פארשוויגען
אינטרעסאנט, די חבד'סקע פענימער האבען זיך נישט געטוישט זייט דעמאלטס..

נשלח: מוצ"ש יולי 30, 2016 11:35 pm
דורך ונבנתה העיר
.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 9:42 pm
דורך מיש-נייעס
ווייסט איינער אויב ס'דא אודיאו פון די רבי מהריי"ץ
יישר כח פאר די קליפ
מחיה נפשות

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 5:40 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:הילולא.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2017 7:39 pm
דורך דולה ומשקה
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליובאוויטש האט שוין געהאט דא אין ניו יארק נאך איידער דער מהרייצ איז דא אנגעקומען? נישט געוואוסט.


ליבאוויטש האט געהאט מער חסידים אין אמעריקא אין יענע צייט, מער ווי ביידע באבוב'ס האבן אינאיינעם. נאר דער מהלך פונעם מהרחיי"ץ איז טאקע געוועהן אז די חסידים זאל בלייבען כל אחד על מקומו כדי צו פארשפרייטען אידישקייט, אומצואליגע אלף בינה'ס אין יסודות'דיגע הלכה פאנפלעטן האט ער געלאזט דרוקן און די חסידים זאלען דאס פארשפרייטען, וואס דאס איז געוועהן די ערשטע קערענדליך פון די 'שלוחים' אפטיילונג.

פליקער האט געשריבן:אויך א גרויסן יישר כוח [tag]ונבנתה העיר[/tag], קענסטו אביסלע איבערגיין וואס איז געוועין די השתלשלות הדברים

פון ווי האט ער געהאט די אלע קאנעקשן'ס
פארוואס איז ער געקומען אויף ארצות הברית
וואס האט ער געטיען למען הצלת ישראל בשנות הזעם
וואס האט ער געטיען פארן כלל ישראל אחר המגיפה
?


הונדרעטער בריעוו איז געדרוקט אין די כרכים 'אגרת הקודש - ריי"ץ" וואס ער שיקט אוועק צו לעזן פראבלעמען צו העלפן די אלע וואס האבן איהם געשיקט בריעוו אויף הילף.

גרויס קאנקעקשאנס האט ער געמאכט ביי זיין ערשטע באזוך, און במיוחד דורך משפחת קרעמער (וואס מ'זעהט אויפ'ן ווידיא) און ר' ישראל יאקבסאהן, ועוד, וואס רוב רובא פון די תקופה פון ליבאוויטש אין אמעריקא איז געדרוקט מיט בילדער און דאקומענטן אינעם ספר 'תולדות חב"ד בארה"ב תר"ס-תש"י'.
דא האט איהר א לינק:
http://www.hebrewbooks.org/30475

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:55 pm
דורך ונבנתה העיר
מילטאן קראמער, דער יונגעל וועלכער זינגט ביי 2:30, איז נפטר געווארן אין די פייוו טאונס.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Gx9y35LOk3g[/youtube]

nf_2356_31362.jpg

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן: והיות חב"ד פארקויפט עס נאך, האב איך עס ארויפגעשטעלט אלס אנליסטעד.

JEM האט שוין איבערגעמאכט דעם פילם צו א נייערע ווערסיע. לכאורה קען מען עס שוין ליסטן געהעריג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 11:18 pm
דורך ונבנתה העיר
זכותו יגן.

ז.jpg

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 9:24 am
דורך נאך א מיינונג
ונבנתה העיר האט געשריבן:זכותו יגן.

ז.jpg

א דוגמא דערצו קען מען טרעפן דא און ווייטער אין יענע ספר

וע"ע משנה נגעים פרק ב' משנה ה', ודו"ק.

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 2:51 pm
דורך ונבנתה העיר
לכבוד י' שבט. יש אומרים אז דאס איז א רעקארדירונג פונעם רבי'ן ריי"ץ נ"ע.

ס'איז מומלץ צו שרייבן צוואה פאר'ן אויסהערן.

------------

אנו חושפים כאן הקלטה נדירה מההתוועדות האחרונה עד כה שנערכה עם הרבי הריי"צ במרכז חב"ד העולמי 770, בימי 'חג הגאולה' י"ב-י"ג תמוז תש"ט • הקול המרכזי הבודד הוא של הרבי הריי"צ עצמו, בניגון דביקות מיוחד של חסיד עובד השם שהיה מתפלל עם ניגון זה. ניגון בה היה חביב מאוד אצל הרבי הריי"צ • האזינו לקולו הקדוש של הנשיא השישי


נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 7:59 pm
דורך דוראק
ס׳איז דאָ נאָך אַ רעקאָרדירונג וואָס דרייט זיך שוין יאָרן וואָס מ׳קען הערן אויך ווי ער רעדט.