בלאט 1 פון 1
עת צרה הוא ליעקב
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:17 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
עת צרה היא ליעקב, אחד מבני החבורה שנפל למשכב... אונזער חבר אברהם מאיר יעקב בן מלכה דארף גרויס רחמים, מ'האט אים נארוואס ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר!!! לאמער זיך אלע אפשטעלן פון די ערב פסח ארבייט, היינט 11:00 וועלן מיר אלע אינאיינעם נעמען דעם תהילים'ל און אויסזאגן ספר רביעי, און בעזר ה' וועלן מיר אויספויעלן א גאנצע רפואה...
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:20 pm
דורך קאווע טרינקער
אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:28 pm
דורך קאצקע ציקער
Don't be so rude
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:29 pm
דורך זוכער
קאווע טרינקער האט געשריבן:אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.
WOW - דו ביסט עכט COOL - ווען יענער איז ערנסט קראנק קענסטו געהעריג לאכן. WOWOW - דו האסט באליס!?!?
עת צרה
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:30 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
קאווע טרינקער האט געשריבן:אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.
וואס פונקטליך איז דיין פראבלעם יעצט אז די ווילסט עס נישט ליינען ליין נישט דא איז א פרייע פלאץ פאר אלע סארט מודעות
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:30 pm
דורך [NAMELESS]
ער איז א שרייבער דא?
פארוואס אחד מבני החבורה??
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.
וואס פונקטליך איז דיין פראבלעם יעצט אז די ווילסט עס נישט ליינען ליין נישט דא איז א פרייע פלאץ פאר אלע סארט מודעות
עפעס א כח הטענה האט ער, דאס קעפל ליינט זיך עת צרה ליעקב כאילו א גזירה אויף כלל ישראל כגון מציצה בפה... וכדו' נישט יעדער כאפט עס איז נאר א מליצה.
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:36 pm
דורך קאווע טרינקער
זוכער האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.
WOW - דו ביסט עכט COOL - ווען יענער איז ערנסט קראנק קענסטו געהעריג לאכן. WOWOW - דו האסט באליס!?!?
ווילסט נישט זאגן תהלים איז נישט - נישט יעדער דארף זעהן וואס א חמור @קאווע טרינקער איז.
ציטירט, כדי ס'זאל זיין ליינבאר נאך דיין רעדאגירן
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:38 pm
דורך משבק
די אשכול שמעקט עפעס פון א פרישע אסף המזכיר סואמאטכע
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 11:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 7:15 am
דורך פלעין יודיש
ווער איז דער אברהם מאיר יעקב לאוי"ט?
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 7:19 am
דורך כוכב
עת צרה הוא ליעק''ב, הלוא הוא האברך החשוב יאנקי כ''ץ, א וואוילע יונגערמאן, אחד מבני החבורה, מיט פילע גוטע פריינט וועלכער דארף א גרויסע ישועה.. ער האט א חתן אין שטוב, זיין עלטסטע קינד, זאל אים דער אויבערשטער שענקען א רפואה שלימה.
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 7:28 pm
דורך BAL TSHIVA
ברוך דיין האמת יענקי איז מער נישט מיט אינז מי יתן לנו תמירתו.
אלעמאל מיט א שמייכל.
אלע צובראכענע הערצער האבן געטראפן ביי אים א אוזן קשבת אין א ווארט פין חיזוק.
אין ביזנעס געהאנדעלט מיט יושר.
(די קינדער ווילן גיין אויף נאך "איין" ride ביפאר מיגייט אהיים במילא מיז איך מקצר זיין אבער ס'הארץ רייסט שטיקער)
נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
יא, כ'בין א קרוב לנפטר ז"ל, ר' אברהם מאיר יעקב בן יבלחט"א ר' שלמה הכהן.
א טייערע יוד, וואס די ריזן ציבור וואס איז זיך צאמגעקומען אפגעבן כבוד האחרון ביים לוויה, האט מעיד געווען מער ווי אלס וואספארא באליבטע מענטש ער איז געווען.
[אגב, דער נפטר איז אן ערשטן-קוזין מיט יששכר כ"ץ, וואס איז שוין דערמאנט געווארן כ"פ אין ק"ש].
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 1:19 pm
דורך שלמה המלך
איך וואלט נישט פארדרייט דעם אשכול פונעם נושא אבער היות עס איז שוין ליידער לאחר המעשה וויל איך כאטש ענדיגען מיט א גיט ווארט לכבוד המועד
קיקט גיט ווער עס שרייבט וואס, און פארשטייט קלאר דעם מאמר "ראויון הדברים למי שאמרן"
קאווע טרינקער האט געשריבן:אנטשולדיג, דא איז א רוהיג ווינקעל צו שמועסן. הענג תהלים צעטליך אין בית המדרש.
קאצקע ציקער האט געשריבן:Don't be so rude
דאס געשעהט כסדר ביי איעדע קאווע! דאס טיט די קאווע בינס און דאס טיט די ציקער! דער קאווע לייגט אריין די מרה און די ציקער איז עס ממתיק!