בלאט 1 פון 1

שיינע געדאנקען פאר די ליל הסדר

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:36 pm
דורך סמבטיון
מיט גרויס שמחה גרייט איך מיר אפצורעכטן דעם ערשטן מאל דעם נאכט סדר ביי מיר אין פאלאץ, ווער עס קען ארויסהעלפען מיט שיינע געדאנקן מעשיות מראי מקומות וכדו' וואלט איך שטארק הנאה געהאט, חבירים יקרים, עפענטס די קוועלער אין לאמיר הערן..

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:12 am
דורך שמעון וואלף
געהערט לעצטענס בשם די ברוך טעם.
צא ולמד מה בקש לבן הארמי שפרעה לא גזר אלא על הזכרים ולבן בקש לעקר את הכל. דארף מען פארשטיין וואס עפעס זיכט מען קלענער צו מאכן פרעה'ס רשעות מיט'ן זאגן אז לבן איז געווען ערגער?

נאר פשט איז אז פרעה האט געוויסט אז דער באשעפער וועט נישט צולאזן אויסהארגענען גאנץ כלל ישראל אז ס'זאל גארנישט בלייבן. ער האט געזעהן אז ביי לבנ'ן האט עס נישט געארבעט. האט ער נאר גוזר געווען אויסצוהרגנען די זכרים האפענדיג אז דאס וועט ער יא קענען אויספירן.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:07 am
דורך געוואלדיג