בלאט 1 פון 2
חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:12 am
דורך טאמבל סאס
איך הייב אן מיט'ן הייליגן ריזשינער. וואס איז געווען די מעשה דארט? אין וויקיפידיע שטייט אין קורצן אז אין ספרינג פון יאר תקצ"ח האט מען ארעסטירט דעם רעבין ר' ישראל מריזשין צוליב א מסירה אז ער האט אנגעבליך געגיבן דעם גרינעם ליכט אפצוראמען פון וועג צוויי אידישע מוסרים וואס האבן מלשין געווען צו די בעהערדע אויף אידן פון זיין קהילה אז זיי שווינדלען און דרייען זיך ארויס פון צאלן שטייערן און אויף געוויסע וואס האבן מיט שטיקלעך אויסגעמיטן פון זיך שטעלן אין מיליטער, און וועמענ'ס נעמען זענען נישט פארשריבן אין די צענזוס (וואס איז לכאו' ווי איך פארשטיי געווען א טייל פונעם שטיקל)
ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען - ווי אייביג ווען די גוים און די מידיא זוכט זיך ארויפצוכאפן אויף אונז. למעשה, האבן אים די אנטיסעמיטן געפונען שולדיג און איינגעזעצט פאר כמעט צוויי יאר! אין ת"ר, איז ער באיזה אופן אנטלאפן פון תפיסה מיט די הילף פון זיינע חסידים וואס האבן אונטערגעשמירט דעם טורמע אויפזעהער (וואס אגב איז דאס מסתמא א חלק פון דעם אויבן-דערמאנטן בלבול. דהיינו, אז חסידים האבן נישט קיין דרך ארץ פאר'ן געזעץ.) מ'האט אים אדורכגעשווערצט דעם רוסישן גרעניץ, (ס'דערמאנט מיר לב טהור) און נאך אסאך וואנדערן און וואגלענישן האט ער זיך אין תר"ב באזעצט אין "פוטוק" וואס אין סאדיגער, נעבן די שטאט טשערנאוויץ וואס אין בוקוווינע - יענע יארן א טייל פון דער עסטרייך-אונגארישע אימפעריע. דארט האט מיטאמאל דער רעבינ'ס מזל ווידעראויפגעשיינט און ער האט ממשיך געווען מיט זיין מלכות'דיגע חסידות. כי לא ראיתי צדיק נעזב.
וואס גענוי האט דארט פאסירט? ווער זענען געווען די מוסרים? וועמען האבן זיי געמסר'ט? זייערע אגענדע? וויאזוי האט מען זיי געהארגעט? ווער זענען די רוצחים געווען? וואס האבן די מתנגדים און משכילים פארציילט דאן? וואס האבן די חסידים דאן פארציילט פאר די וועלט? (און אין מקוה?) וואס פארציילן די חסידים היינט? וואס פארציילן היינט די ארכיוון?
א בילד פון די שוהל אין סאדיגער
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:39 am
דורך [NAMELESS]
זיך פארפלאנטערן מיטן געזעץ, און זיך פארפלאנטערן מיטן געזעצגעבער [במקרה דינן: דער 'צאר' הצורר], זענען צוויי אנדערע זאכן.
ספינקא רבי [56 st] האט זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ. דער בורשטינערס טאטע, האט זיך אויך פארפלאנטערט מיטן געזעץ.
דער רוזשינער, מיט נאך א לאנגע ליסטע פון רבי'ס, האבן זיך פארפלאנטערט מיטן מלוכה. צו ווייל זיי זענען געווען א פאטענציעלע געפאר [דער צאר פלעגט נאכקוקן יעדער וואס איז נאר געווארן צו גרויס], צו פאר ענדליכע סיבות [מוסרים ומשכילים].
***************
אריינצובלאזן דא א רוח החיים אין דעם אשכול, וועל איך דא ברענגען א טיילווייזע רשימה פון רבי'ס וואס האבן זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ-געזעצגעבער, און זענען געזעצן אין תפיסה אדער געליטן אנדערע צרות. וכל הרוצה ליטול את הפענע יבוא וידרוש [אפשר גם אני בתוכם]:
1. רבי מנחם נחום מטשערנאביל, בעל מאור עינים [תפיסה].
2. האחים רבי שמואל אבא ורבי משה מסלאוויטא, בני הר"ר פנחס'ל קאריצער [תפיסה, מלקות, און דאכצעך אויך סיביר].
3. בית משפחת טווערסקי [איסור ארויסצוגיין פון די גלילות פון געוויסע שטעט. מחשש השפעה].
4. רבי מיכל'ה מקירימע, אייניקל פון ר"ר זושא פון אניפאלי [תפיסה, ועוד].
5. רבי ישראל מרוזשין [תפיסה].
6. בנו רבי אברהם יעקב מסאדיגורא [תפיסה].
7. רבי שניאור זלמן מליאדי [תפיסה].
8. בנו רבי דובער מליובאוויטש [תפיסה].
9. חתן רבי דובער, דער צמח צדק מליובאוויטש [תפיסה].
10. רבי יוסף יצחק מליובאוויטש [תפיסה].
11. רבי יצחק מטשערנאביל/לויעוו (זיידע פון טשערנאבילע רביים שליט"א) [תפיסה, נהרג].
12. דער בורשטינע און גאלאנטע רביים'ס טאטע [תפיסה].
13. דער ספינקע רבי (56 ST) [תפיסה].
ועוד הרבה...
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:27 am
דורך טאמבל סאס
אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 am
דורך שמעון וואלף
אברהם אבינו, פאר'ן ציברעכן די געטשקעס
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:38 am
דורך פליקער
אויך וואלט געוועין כדי אראפ צייכענען וויפיל רביים זענען געוועין פארפלאנטערט און האבן זיך מיט גרויס פראטעקציע ארויס געדרייט פון תפיסה
אדמו"ר מטאש וכו'
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:40 am
דורך [NAMELESS]
דער שאלה איז צו זיי האבן עובר געווען דעם געזעץ, אדער מען האט פארטייטש א געזעץ כדי צו טרעפן א מקום וואס זיי זאלן האבן עובר געווען...
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 am
דורך ירח בן יומו
די קאזניצער מגיד
די סקלונער רביים
די חידושי הרי"ם
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:23 am
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.
ווערי סימפל.
דער שאלה איז צו דער באשולדיגונג איז געווען אז זיי טוען קאנטער רעוואלוציאנערישע שטיק, אדער עפעס אן אנדערע טענה. ווייל רעוואלוציאנערישע שטיק איז אלס געווען [און איז נאכאלס אזוי אין דיקטאטורישע רעזשימען] א כסות עינים זיך אפצורעכענען מיט א פאטענציעלע געפאר/געגנער.
ודו"ק והבן כי קצרתי.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:43 am
דורך yatzmachp
יוסף הצדיק, משה רבינו, דוד המלך, אלי׳ הנביא, ירמי׳, חנני׳, מישאל, עזריה,
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:46 am
דורך היסטאריקער
ר' אהרן האלבערשטאם מקרייז צאנז (תפיסה)
מהר"ם מרויטנבורג זי"ע
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:51 am
דורך קפנדריא
דער הייליגער מהר"ם מרוטנבורג, געווארן ארעסטירט דורך א בלבול כדי צו קענען ארויסקוועטשען פון די אידן א גרויסער סכום אויסלייז געלט, די קהילה האט צוזאמגעשטעלט דאס געלט, אבער דער הייליגער מהר"ם האט נישט געלאזט מען זאל אים אויסלייזן, ווייל דאס וועט געוואוינען די רשעים צו כאפען נאך אידן און ארעסטירן פאר שאנטאזש אויסלייז געלט, ער איז נסתלק געווארן אין תפיסה, און צען יאר נאכ'ן פטירה האבן זיי הערשט באפרייט דעם הייליגען גוף. זי"ע..
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:55 am
דורך צדיק נסתר
.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:08 pm
דורך berlbalaguleh
.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר וואלט געווען כדאי צו צוטיילן די אשכול און צוויי. לויט וואו אזוי אדנירם@ האט שוין ערווענט אז עס איז דא צוויי חלקים ,
איך האף אי"ה נאך פסח ארויף צו שטעלן מיין ארטיקל וואס איך האב נישט אנגעיאגט צום פה-סח מאגאזין, אן ארטיקל וואס איך האב ארויס געשלעפט פון מיינע ארכיוון בשעת'ן פסחדיג מאכן מיינע אלטע דאקומענטן. איבער אן אומבאקאנטע קארט קעיס אינדערהיים וואו דער רעבי און די רעבעצין זענען געווען אין געריכט איינער אנטקעגן דעם צווייטן , ווי עס זענען געווען אינוואלווד די ברוקלין קארט. די פולישע רבנים ועוד ,
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 1:29 pm
דורך צדיק נסתר
עוזר האט געשריבן:.
פארוואס איז עס שלא מן הענין?
במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:20 pm
דורך שמעון וואלף
צדיק נסתר האט געשריבן:עוזר האט געשריבן:.
פארוואס איז עס שלא מן הענין?
במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.
ער איז נישט קיין אדמו"ר אדער רב אפילו אויב ער רופט זיך אזוי
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:21 pm
דורך זוכער
רבי אהרן הלברשטאם, קרייזער רב, זון פון רבי צאנזער רב - רבי חיים הלבערשטאם בעל דברי חיים [תפיסה].
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:22 pm
דורך חקרן
דער סאדוגירער איז נחשד געווארן אין פעלשן געלט.
דער צאנזער רב האט זיך אויך 'כמעט' פארפלאנטערט, מען האט זיך געוואלט נעמען איבער זיינע ביינער, פארן מחרים זיין אין רודפ'ן די סאדוגיר'ער, וויבאלד חרמות איז אפיציעל אסור געווען לויטן געזעץ. מיט גרויס פראטעקציע (און שוחד) האט מען דאס מסדר געווען.
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 2:23 pm
דורך נופת צופים
צדיק נסתר האט געשריבן:עוזר האט געשריבן:.
פארוואס איז עס שלא מן הענין?
במ"ל רופט זיך "קאמארנא רבי" צו איר ווילט יא צו איר ווילט נישט.
בד"וו איז דעי אשכול אין היסטאריע.
איז דא א סיבה פארוואס מען נעמט א נארמאלע בע'טעמ'טע אשכול וואס האט פאטענציאל און מען פארדרייט עס מיט שטותים והבלים?
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 5:03 pm
דורך פרייוויליג
כמדומה אז די בוך פונעם
סאנצער צדיק דערציילט אויך די ראשי פרקים פונעם ריזשענער אין טורמע. סתם אזוי איז דאס גאר א אינטערסאנטע ביאגראפיע פון די געשלעג אינדערהיים צווישן סאנז און ריזשען.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:48 pm
דורך יאסל ראקאווער
די גלייבסט נישט אז די ריזשענער איז געווען א הלכה ייד? פארוואס שרייבסטו "ס'איז ביי מיר ברור אז דאס איז סתם א בלבול געווען"?
Re: חסידישע רביים פארפלאנטערט מיט'ן געזעץ - היסטוריה
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:07 am
דורך טאמבל סאס
אדנירם האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:אויב איז די מלוכה דער וואס מאכט די געזעץ דאן וואס איז די דיפערענץ? כ'בין משער אז די באשילדיגונגען ארויסגעשטעלט געגן זיי איז אלעמאל מלובש געווען אינעם געזעץ.
ווערי סימפל.
דער שאלה איז צו דער באשולדיגונג איז געווען אז זיי טוען קאנטער רעוואלוציאנערישע שטיק, אדער עפעס אן אנדערע טענה. ווייל רעוואלוציאנערישע שטיק איז אלס געווען [און איז נאכאלס אזוי אין דיקטאטורישע רעזשימען] א כסות עינים זיך אפצורעכענען מיט א פאטענציעלע געפאר/געגנער.
ודו"ק והבן כי קצרתי.
נו, די מעשה אויבן גייט דאך אז די מסירה איז געווען איבער מס, נישט אזוי?
אז די אויטאריטעטען זאלן היינט באשולדיגן די סקווערע רבי למשל אז ער וויל רעוואלטירן קעגן די רעגירונג ווייל זי איז צו דיקטאטוריש וואלטן אלע געלאכט.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:46 pm
דורך שלמה המלך
הרה"ק מסקולעני זצ"ל ויבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א (תפיסה - און געכאפט גע'הרג'טע מכות)