א דראמא האט זיך היינט אפגעשפילט ווען טעראריסטן פון די djkp גרופע א מארקסיסטישע רעוואלציאנע גרופע האבן געשטורעמט די הויפט געריכט הויז אין לאנד , איינע פון זיי האט געצילט מיט א ביקס צום פראקוראר , האלטענדיג פאר א משכון ,זיי פארלאנגען עטליכע תנאים צווישן זיי אז די פאליציאנטען וואס האבן געשאסן דעם יוגענטליכן 14 יעריגע עלווען ביי אן אבלאווע זאלן ווערן באשילדיגט , אזוי אויך אז מען זאל באפרייען אלע ארעסטירטע פראטעסטירער ,און אז מען זאל זיי לאזן ארויס גיין פון געריכט הויז בשלום ביז 3:35 אז נישט ברענגן זיי אום דער פראקוראר ,
באריכטן געבן אן (BBC) אז די רעגירונג האט געשטורעמט די געריכט הויז דערנאך וואס מען האט ארויס געהערט גאן שיסערייען פון די 6'טע פלאר , דערנאך וואס מען האט פראבירט פארהאנדלן פאר זעקס גאנצע שעה , און מען האט גארנישט אויף געטון,
דער פראקוראר איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל ,
דערווייל איז נאך דא א פארבאט אויף די מידיע צו באריכטן לייוו דערפון ,
דראמא אין טערקיי געריכט הויז
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 553 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 606 מאל