בלאט 1 פון 2
יישר כח ר' כוכב
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 4:40 pm
דורך נתן מנחם
רבותי! אונז מיזען אויפקומען מיט א שיינע באלוין פאר אונזער חבר ר' כוכב. א איד וואס איז זיך ממש מוסר נפש בכל נפשו ומאודו פאר כלל ישראל, אין די סאמע שווערסטע סעזאן פון די יאר. א צייט וואס אפילו די פוילסטער פון אונז ברויכען פסח'דיג מאכען לכל הפחות די ספרים שאנק. גיבט ער זיך אוועק שעות על גבי שעות אונז צו דערלאנגען א הערליכע מעשה חושב פון די שיינע ליין מאטריאל "פה-סח" לכבוד יום טוב.
יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח בגלוי
יא יעדע וועט איהם שיקען א יישר כח באישי
יא יעדע וועט איהם געבען א לייק
אבער דאס טוט מען דאך יעדע שני וחמישי ווען איינער שרייבט א שיינע ארטיקעל אדער איינער שרייבט גוטע תקנות פאר די מנהלי המוסדות. אונז מיזען טראכטען פון עפעס עקסעפשינאל!
א פופציג דאלערדיגע עמעזאן קארד איז נישט די ענטפער. איהם באקרוינען מיט ווערען א מנהל, איז אויך א שוואכע מעשה, נאכדערצו דער עולם ערהוילט זיך נאך פון די "נייע מנהל עקספיריענס"

.
וואס קען מען טוהן עפעס איהם צו באלוינען בבחינת "ככה יעשה לאיש" ?
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 7:14 pm
דורך מאטי
ש'כוח כוכב!!
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 7:31 pm
דורך כוכב
ווארטס ווארטס, [tag]יאיר[/tag] ענדיגט שוין די חבורה מצות, ער וועט האבן די פאסיגע ווערטער וויאזוי צו באדאנקען כוכב, מיט א פונקטליכע דעטאלירטע ליסטע וואס מ'וואלט ווען געדארפט טון

.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 7:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך וואלט געמאכט א פארטי פאר אים אין מר. בראדוועי אין מאנהעטן, אבער ס'הייסט ער איז א פרומער, ער גייט נישט צו מאנהעטן.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:27 pm
דורך petergrifin
מאטי האט געשריבן:ש'כוח כוכב!!
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:28 pm
דורך petergrifin
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך וואלט געמאכט א פארטי פאר אים אין מר. בראדוועי אין מאנהעטן, אבער ס'הייסט ער איז א פרומער, ער גייט נישט צו מאנהעטן.
Of course not, they are already kosher for Passover only.

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 9:17 pm
דורך יין שרף
petergrifin האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:ש'כוח כוכב!!
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:16 pm
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז אויב משרייבט דא שכוח באקומט מען א לייק פון כוכב.
הנני מוכן ומזומן...... בשם כל ישראל......(חוץ אסף המזכיר)...... על דעת רויטע וואנצעס, נתן מנחם, מאטי, המלוכה והממשלה, יין שרף כל אחד בניק שלו מבורך
ישר כוח כוכב!
יעצט אבער ערענסט, איך קען שוין קוים ווארטען אויף די לאנגע נאכמיטאגס יום טוב ליגענדיג אויסגעשטרעקט מיט דיין פה סח בלעטעל, קעינט וועיט
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 10:29 pm
דורך נופת צופים
יא יא @כוכב, הנני משתתף בכל הנ"ל, און איך וועל מיך מערצעשעם אויך משתתף זיין ביי מר. בראדוועי.
רויטע, אפשר אביגיל'ס איז יא גענוג כשר פאר כוכב'ן.
נאך פסח פארשטייט זיך.
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:16 am
דורך יעלה ויבא
ישר כח הרב כוכב!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:48 am
דורך איך אויך
יעלה ויבא האט געשריבן:ישר כח הרב כוכב!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:03 am
דורך געוואלדיג
כה נאמר מיט א פולן מויל
ולא פסיק להנערץ בפי כול
כל באיה פון קאווע שטיבל ביסטו די זויל
ברכות כפי מעשיך ויותר טול.
המברך בידידות
געוואלדיג
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:23 am
דורך כוכב
שוין לאנג נישט געזען אזא געשמאקע אייוועלט אשכול.
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:34 am
דורך [NAMELESS]
קוי--כעוו, קוי--כעוו, קוי--כעוו!!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:22 pm
דורך משולם שטיינפעלד
א יישר כח איז צו ארעם, און געלט קען עס נישט געהעריג באצאלן, בנוסף צום פאקט אז עס איז שווער צו צוזאמשטעלן געלט אנאנים.
מיין הצעה איז, ער זאל באקומען אונטער זיין ניק פערמאנענט א סימבאל אלס פה-סח רעדאקטאר. והי' לאות תפארת על מצחו תמיד ככוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:32 pm
דורך פליקער
ווי באוויסט קען איך נישט מאכן קיין גראם
אנע דעם אז עס זאל האבן א נאך טעם
וועל איך נאר אפגעיבן מיין דאנק
פארן געיבן אינז פה-סח פארן אפיקומן געשאנק
א גיטע געלעיגענהייט מיר זאלן זיך לערנען שרייבן
אויך פיל צייט פארטרייבן
כוכב זאל אויף אונזער חשבון א עדיטער ווערן
און זיך ווייטער בגולוי רופען חיים שטערן
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:34 pm
דורך געוואלדיג
פליקער האט געשריבן:און זיך ווייטער בגולוי רופען חיים שטערן
דאס איז דאך אויך נאר א ניק
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:37 pm
דורך נופת צופים
יש ניק בגלוי ויש ניק בסתר
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:37 pm
דורך פליקער
ני אוודאי, אבער אז כוכב גלייכט דעים נאמען, בין איך אויך מסכים
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:58 pm
דורך מה הוא
יעצט קומט שוין איינמאל אויף די שאלה:
וואס קען מען טון אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב כוכב??
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:19 pm
דורך נופת צופים
ונחנו @מה הוא
ברוב ענוותנותו לאזט ער זיך ארויס פון בילד.
די רעזערוועישען ביי מר. בראדוועי איז פאר דיר אויך.
Re: יישר כח ר' כוכב
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
כוכב דארף עפעס באקימען לכבוד פסח. איינער קאלעקט? איך שטיי מיטן בערזעל אין די האנט
א קיש פאר כוכב און מה הוא
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:34 am
דורך נתן מנחם
קודם כל דאס איז א מעגא שטיקעל איך האב געהאט אזא הנאה דאס צו ליינען, אויב מען מעג זאגען איז דער הנאה איבערגעשטיגען די יערליכע הנאה פון עסן די געטינקענע איי אין זאלץ וואסער ביים סדר.
"המתחיל באשכול אומרים לו גמור"
קודם כל מיז איך מודה זיין ביים עפענען די אשכול האב איך נישט גע'חלום'ט אז עס קומט אזא שיין ארבעט. אנטשולדיגט פאר ענק אנדערעסטימעיטען.
היות סתם א יישר כח און א לייק איז נישט גענוג האב איך געקלערט פון א ריכטיגע הכרת הטוב וואס מען קען דא איינפירען אויף ק"ש, דהיינו:
ק"ש זאל צולייגען א א אפציע צו געבען א ניק א "נשיקה" אזויווי עס איז דא א "לייק" זאל זיין א נשיקה פאר דיע וואס פשוט כפשוטו עס קומט זיך זיי א קיש אין די שטערן. איך וועל לאזען די דעטאלען פאר די מנהלים, נאר אביסעל צוצוהעלפען וועל איך ברענגען אפאר פונקטען וויאזוי דאס זאל בערך ארבעטען.
א) יעדע ניק באקומעט 5 נשיקות א יאר צו טיילען.
ב) אויב לויפט מען אויס אינמיטען יאר פון נשיקות קען מען פארלאנגען א ריפיל אין אישי צו איינע פון די געטרייע גבאים.
ג) די גבאים וועלען איבערקוקוען אייערע פריעדיגע נשיקות און מחליט זיין צו איהר ניצט עס כדבעי און נאך א כובד ראש מיטינג צולייגען צו אייער אקאונט נאך 5.
ד) נשיקות קען מען טיילען פאר מעגא ארבעט און נישט סתם פאר שיינע געשרייבעכצער )תגובות. (למשל פאר די רעדאקטער און גראפיסט פון פה-סח, שושנים, סוכות אראומע, צען טויזענסטע תגובה פון א ניק וכו')
ה) "יונגע קינדער וויל מען נישט זאלען טיילען נשיקות משום חשש". נשיקות איז נאר פאר עלטערע אידען ממילא די נשיקה אפציע באקומט מען נאר נאך כך וכך זאכליכע תגובות.
ה) איינער וואס אביוזד די נשיקות און טיילט ימין ושמאל וועט מען מיזען צונעמען די נשיקות זיינע (דער אמט קען מען אפשר מכבד זיין ר' אסף מיט).
איך האף מיינע ווערטער וועלן נישט פאלן צו טויבע אויערן. והוא רחום יכפר עון............
בין כך ובין כך
נאדיר א קיש ר' כוכב
נאדיר א קיש ר' מה הוא
ווישטס ענק אפ די פנים פון שפייעכץ ווייל אוי איז דאס געווען א נאסע קיש!
ענק האבען פרייליך געמאכט אידען אויף יו"ט, זאל השי"ת ענק פרייליך מאכען תמיד.
חג כשר ושמח!