בלאט 1 פון 1

מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 3:13 am
דורך געוואלדיג
עס איז שוין דא א אשכול וועגן מאדנע און אויפאלנדע טעותים אין אויסגאבעס, אבער איך האב נאך נישט געטראפן קיין אשכול וואס רעדט וועגן די נושא פון טעותים בי די היימישע מוסדות, און איך רעד נישט יעצט פון טייפאו'ס וואס איז א זאך וואס כבר נכשלו בה רבים וטובים און עס איז שוין געשעהן ביי די שענסטע משפחות (והא ראיה, איך), נאר פון אזעלעכע טעותים וואס מאכט די אויגן זיך אפשטעלן פאר איין מינוט און איבער קוקן די צעטל צוויי מאל ווי א אתרוג בין יוהכ"פ לסוכות און זיכער מאכן אז מען פארפאסט גארנישט, טעותים וואס דארף א ר' חיים צו מסביר זיין וואזוי זיי געשהן,

נו לכל זמן עפן איך יעצט דעם אשכול פאר די צוועק וכל המוסיף מוסיפין לו וכו'

נ. ב. ווער עס קען צוטרעפן די נאמען פון דעם קינד אדער פון דעם טאטן זאל זיך מעלדן צו די הנהלת הישיבה און ער וועט אריין גיין אין א גורל אויף א ווערדפולע געשאנק.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 8:01 am
דורך קאווע טרינקער
די טאטע האט חתונה געהאט א צווייט מאל, זי האט מיטגעברענג א קינד מיטן זעלבן נאמען. זייענדיג א בית שני, איז פארשטענדליך - לויט אונזער חוקי סדום - פארוואס מ'האט דעם בחור נישט אנגענומען.

Re: מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 8:08 am
דורך HotCoffee
חיים ישעי' אשר

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 8:08 am
דורך געוואלדיג
גוט געזאגט אבער נישט צוגעטראפן, דאס קינד איז די קינד פון די טאטע און מאמע,

סתם איין גרויסע נארישע צעטיל,

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:14 am
דורך סאו וואט
געשאסען צוויי פייגלעך מיט איין קויל..

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:33 pm
דורך ציבעלע-קיגל
גימפל געציל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 12:48 am
דורך ליפא
rps20151007_004539.jpg

פיתום ורעמסס מיטן אתרוג

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:21 am
דורך ברסלבער
דער מנהל האט דערציילט ביי לאנטש...
http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20151017&gil=388

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:22 pm
דורך געוואלדיג
[tag]ברסלבער[/tag], די מעשה האט א מקור, דאכט זיך מיר אז עס ווערט געברענגט אין מטבע שטבעו חכמים, אדער אין ילקוט מעם לועז, איך האב נישט די ספרים כעת תח"י.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 12:26 pm
דורך ירח בן יומו
די מעשה ווערט געברענגט אין ר' משה הדרשן (מכון ספרי הרב קוק, חומש אוצר הראשונים)

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:05 pm
דורך געוואלדיג
די מקור איז פון בן סירא, דא האט איהר א סקרין שאט

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:28 pm
דורך ברסלבער
א דאנק פאר'ן אנצייכענען דעם מקור.
נאכאלץ וואלט א מנהל געמעגט זוכן עפעס מער אינהאלטספול צו דערציילן פאר די קינדער ביי לאנטש.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:31 pm
דורך געוואלדיג
איך האב געמיינט אז דיין פראבלעם איז מיט א אויסגעטראכטע מעשה, דיין נקודה איז ריכטיג.

Re: מאדנע טעותים אין צעטלעך פון "היימישע" מוסדות

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2015 4:28 pm
דורך ירא שמים
די קינדער האבן ליב מעשיות און פאנטאסטישע מעשיות.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 12:42 pm
דורך לית דין בר נש
נעכטן אריינגעבליקט אין די קינליין פון פרשת נח זעה איך זיי ברענגען אויך די מעשה פון די קאץ און מויז