בלאט 1 פון 1

געט אכטונג, אינספעקטארס טיילן טיקעטס אין גראסעריס

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:26 am
דורך ישמעאל הכהן
גארנישט איז מאדנע ווען די שטאט זוכט צו מאכן געלט, אבער דאס איז שוין א בריסקע חידוש אין אינטימידעשען און עס האט געפירט צו עטליכע ווייאלעשען טיקעטס פאר עסן געשעפטן און אויך א קורצן ארעסט. די טרוקענע נייעס און פאקטן לויטעט אז די HRA היומען ריסארסעס אדמין האבן ארומגעשיקט פארשטעלטע קאסטומערס וואס האבן איינגעהאנדעלט די פערטיגע צען ברעקלעך וואס מ'קען אין די צייט קויפן אין יעדן גראסערי, זיי האבן באצאלט מיט פוד סטעמפס און דער קעשיער האט עס אנגענומען. די אגענטן האבן אויפן פלאץ אויסגעשריבן $500 טיקעטן פאר זיי אלע.

איז אזוי, ערשטענס, ווער איז דער מסור וואס איז זיי געגאנגען אויסזאגן פון דעם ריטואל בדיקת חמץ אז די באאמטע זאלן האבן די מינדעסטע השגה איבער די ברעקלעך אז ס'נישט געמאכט צום עסן?
צווייטענס, דארף טאקע א געשעפט פארוואלטער וויסן יעדע צודרייטע רול? עסן איז עסן איז עסן. און אז איך קויף פוטער צו שמירן אויף א וואונד וואס איז די הלכה דאן? אפשר זאל איך מעגן סווייפן די מעדיקעיד קארד דעמאלט?

עניוועי די פאליטישאנס זענען שוין פארמישט און זיי פלאנען א מיטינג מיט די HRA מארגן. דערווייל בעט שמחה פעלדער און סטיוו לעווין די געשעפט לייט, אז מ'זאל נישט באצאלן די טיקעטס און נישט פארקויפן צען ברעקלעך פאר א פארדעכטיגטן.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:15 pm
דורך Kool man
א בעסערע עצה, יא פארקויפען די צעהן ברעקלעך פאר כל דכפין, נאר זאגען אז פוד סטעמפ קאווערט דאס נישט, אז נ'קען גיין קרום פארוואס זאל מען טראכטען גראד?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:13 pm
דורך ישמעאל הכהן
עסקנים און געשעפטס לייט מיטונג יעצט מיט עיטש אר עי באאמטע צו ערלויבן קויפן די צען ברעקלעך מיט פוד סטעמפס.

rps20150401_161030.jpg
rps20150401_161030.jpg (439.5 KiB) געזען געווארן 990 מאל

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:18 pm
דורך לית דין בר נש
משוגע זאל מען עס נישט קענען קויפן מיט פ"ס דאס איז נישט די פראבלעם
זיי דארפן פשוט מאכן א מיטינג און בעטן צו דיסמיסן אלע טיקיטס ווייל למעשה איז עס ברויט די גישעפט אייגינטימער האבן פארשטאנען אז דאס מעג ווערן באצאלט מיט פ"ס

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:22 pm
דורך ישמעאל הכהן
זיי ארבעטן אויף דעם אויך. אבער קודם דארף מען ערלעדיגן אז אידן זאלן האבן מיט וואס בדיקת חמץ צו מאכן. די טיקעטס קענען ווארטן

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:31 pm
דורך לית דין בר נש
ווער עס האט נישט מיט וואס בדיקת חמץ צו מאכן זאל קומען צו מיר אין אישי איך בין בלי"נ מנדב איין רעפטל ברויט פאר יעדע וואס וועט זיך ווענדן.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:33 pm
דורך ישראל קאפקע
ערשטן אפריל.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
ישראל קאפקע האט געשריבן:ערשטן אפריל.

?So the HRA is playing with us

.Well, then I guess the tickets will be dismissed

I hope you know what you're talking about though

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:56 pm
דורך שבת אחים
און אנדערע נייעס האבן די פעדעראלע באאמטע ארעסטירט א איד אין דשונסקי מקוה פארן נעמען צוויי האנטיכער אויף איינמאל , און אין באבובער בעסמעדריש האט מען געכאפט א איד אהיים נעמען טישאוס פון דאס בית הכסא האלטער,אין פאפא האט מען געכאפט א איד ל"ע זיך באניצן מיט פלעינע וואסער פאר מים שלנו , די געטרייע עסקנים ארבעטן שווער אויסצולייזען די חשובע יונגערלייט וואס זענען נעבעך געפאלן א קרבן צו אנטיסימיטזעם און בעט פאר אייער קאפעראציע ,

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ערשטן אפריל.

?So the HRA is playing with us

.Well, then I guess the tickets will be dismissed

I hope you know what you're talking about though

ישמעאל הכהן: I am not sure if the HRA is playing with us, or you are???...!!!
In honor of April...foool's/fools... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:42 am
דורך מאטי
און א פרישן אפדעיט געבן די עסקנים איבער אז די ברויטלעך וואס די אינספעקטארס האבן גענוצט צו פרובן דעם געשעפטס-מאן איז געווען פון די "ספעלט" ווערסיע.

ווען מ'האט דאס דערציילט פאר הרב מייזעלס שליט"א האט ער זיך אנגערופן בזה הלשון; "א געזונטע אינספעקטאר געוועזן."