בלאט 1 פון 1

''דער בלאט אין וועסטשעסטער''

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:09 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואו קען מען דאס קויפן אין וועסטשעסטער קאונטי? כ'האלט זיך אויף אין מאונט קיסקא איבער פסח, כזע עס נישט אין די געשעפטן דא.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:12 pm
דורך שמעון וואלף
האסטי פראבירט אריינצוריפן צום בלאט אפיס?

איך גלייב אז זיי וועלן דיר עס אווערנייטן; זאג זיי נאר אז די ביסט ישמעאל פון ק"ש

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:13 pm
דורך Kool man
אין די ניוס סטענדס קען מען עס זיכער באקומען

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:17 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב יעצט גערעדט מיט זיי, זיי זאגן אז זייער טראק קיין קרית יואל וועט היינט נאכט דורכפארן הארט לעבן וועסטשעסטער. שטיי ביי עקזיט 9A מיט א ווייסע טלית קטן און שלאף קאפל מ'זאל דיר זעהן.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:22 pm
דורך שמעון וואלף
האמיר שוין "דער איד אין ראקלענד" און "דער בלאט אין וועסטשעסטער". ווער עפענט אן אשכול איבער "די צייטונג אין אראנזש"?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:41 pm
דורך שמעקעדיג
עניטינג פון עפ"ל און אראנדז"ש ווענד זיך צו ר' בערל באלעגאלע (אדער צו די לאקאלע קמחא דפסחא).

Re: ''דער בלאט אין וועסטשעסטער''

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 1:49 pm
דורך נופת צופים
שמעקעדיג האט געשריבן:עניטינג פון עפ"ל און אראנדז"ש ווענד זיך צו ר' בערל באלעגאלע (אדער צו די לאקאלע קמחא דפסחא).

אדער שר"י

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:03 pm
דורך זייגער
נופת צופים האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:עניטינג פון עפ"ל און אראנדז"ש ווענד זיך צו ר' בערל באלעגאלע (אדער צו די לאקאלע קמחא דפסחא).

אדער שר"י


[tag]שמעקעדיג[/tag] האט געמאכט א גוטע וויץ.
מאך עס ניט קאליע דורך צולייגן שטותים

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 2:28 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:עניטינג פון עפ"ל און אראנדז"ש ווענד זיך צו ר' בערל באלעגאלע (אדער צו די לאקאלע קמחא דפסחא).

שמעקעדיג:...אין בפי מילים...איך קוילער פאר געלעכטער... :lol: :roll: :lol: :D :o )כ'האב שוין לאנג נישט גענוצט אזויפיל סמייליס מיטאמאל. באלד וועט מיך קעלנער אדער אסף המזכיר/פישעלע אנשרייען... :lol: ;)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:54 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואו קען מען דאס קויפן אין וועסטשעסטער קאונטי? כ'האלט זיך אויף אין מאונט קיסקא איבער פסח, כזע עס נישט אין די געשעפטן דא.


עס איז אסאך מער אויסגעהאלטען צו לייענען א גוי-אישע צייטונג

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
און וואס מיט דער איד אין ראקלענד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 3:46 pm
דורך Milk shake
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:וואו קען מען דאס קויפן אין וועסטשעסטער קאונטי? כ'האלט זיך אויף אין מאונט קיסקא איבער פסח, כזע עס נישט אין די געשעפטן דא.


עס איז אסאך מער אויסגעהאלטען צו לייענען א גוי-אישע צייטונג


זיכער אזוי! למשל די ניו יארק פאוסט איז סאך איידעלער ווי די אידישע צייטונגען, ריין פון לשון הרע און הוש"ר, און ועל כולם זיי זאגן קיינמאל קיין ליגענט, די זעלבע מיט CNN