בלאט 1 פון 8

"קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:48 pm
דורך כוכב
מיט גרעסטן פארגעניגן טו איך פרעזענטירן די "פה-סח" אויסגאבע מעשי ידיהם להתפאר פון חברי ק"ש און גראפירט דורך [tag]מה הוא[/tag]
איך קען נישט גענוג באטאנען די אומערמידליכע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען דערין, און מיר האפן אז איר וועט אלע הנאה האבן דערפון.
גלייכצייטיג טוען מיר בעטן, אונזער הארעוואניע וועט זיך אויסצאלן נאר אויב עס וועט דערגרייכן ווי ווייטער מעגליך. זאל זיך יעדער פארנעמען דאס צו שיקן און פארשפרייטן פאר מינימום דריי חברים און מער, און דערמיט אויסברייטערן די גרעניצן פון דאס פרייהייט פון ווארט!

חג כשר ושמח,
אייער פריינט, כוכב

www.kaveshtiebel.com/pesach/pe-sach.pdf

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:54 pm
דורך לעיקוואד
בבקשה וואס פריער ארויפלייגען די ארטיקלען אויף קאווע שטיבל נארמאל זאל מען קענען אפווענדען די תורות פון דער עולם.וואס א מין פרייהייט וואלט דאס געווען ווען מ'קען נישט צוריקרעדן.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:54 pm
דורך ברסלבער
דורכגעבליקט, ס'קוקט אויס א הערליכע ארבעט. א גרויסן דאנק פאר כוכב, מה הוא, און אלע אנדערע וועלכע האבן אנטייל גענומען אהערצושטעלן דעם הערליכן פראעיקט. דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:58 pm
דורך בן נריהו
עס שיינט - די פה-סח העפט - ווי א ווינדערליכע ווערק. אן ערמוטליכע דאנק, פון הארצן טיפע, מוז אויסגעברענגט ווערן - פאר אלעמען - אין אנערקענונג, פאר דער שעצבארער "כוכב". א דאנק.

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:00 pm
דורך נופת צופים
שוין דאונלוידעד. רעד נישט צו מיר פאר די נעקסטע צוויי שעה.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:07 pm
דורך לעיקוואד
איינער ווייסט ווי איז דא א דרוקער אין בארא פארק וואס קען מיר דאס שיין און שנעל ארויסדרוקען און צאמלייגען אויף יום טוב?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:10 pm
דורך לית דין בר נש
M&S, 15&44
COPY CAT, 13&46
COPY CORNER 13 & 54

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:13 pm
דורך כוכב
ביטע נאכנישט ארויסשטעלן די ארטיקלען אויף קאווע שטיבל ביז צו א קומענדיגע מעלדונג.
מיין פערזענליכע בקשה. אלעס מחברים וועלן קריגן זייער רעדאגירטער ארטיקל. ביטע דאס פארלאנגען אין אישי. אבער לאמיר צואווארטן אביסל, פה סח זאל קריגן איר פארדינטע אנערקענונג.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:21 pm
דורך פלאוויוס
געווענליך האב איך נישט ליב צו שרייען הויך ווען מ'קען רעדן רואיג, אבער אין דעם פאל שרייט זיך עס פון זיך אליין:

כוכב! כוכב! כוכב!

ווער ס'האט אפאר פיס זאל צולייגן א האנט צום כאָר, און באגלייטן מיט הילכיגע אפלאדיסמענטן. מיין קליינטשיגער מוח באגרייפט נישט וויאזוי ער האט דאס באוויזן אין אזא קורצער צייט.

:like :like :like

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:29 pm
דורך פלאוויוס
גארנישט קלענערע אפלאדיסמענטן קומט זיך פאר'ן גראפיקער [tag]מה-הוא[/tag]. אזא ארבעט אריינצולייגן! רבונו של עולם!

:קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' אפרים זצ"ל??!! Wow

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:33 pm
דורך [NAMELESS]
Awesome
ווי פלאויוס זאגט, דא דארף מען שרייען ווייל בלויז ווערטער זענען צו ווייניג,

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:33 pm
דורך פישלע העררינג
הערליך שיין, [tag]כוכב[/tag]. האסט פארשאפט א שמחת יום טוב פאר אידן וועמען דו קענסט ניטאמאהל, א ריכטיגע חסד שאינו מצפה לתשלום גמול. מה כנגד מידה ישולם לך מן השמים, חסד וחן, תורה וגדולה, נחת והרחבת הדעת.

און צו דיר, [tag]מה הוא[/tag], איז נישטא קיינע ווערטער צו דאנקען פאר דיין ענדלאזע ארבעט. האסטעך אונטער גענומען און האסט מקיים געוועהן! ס'איז א מייסטער ארבעט, וכהנה וכהנה יוסף ד' עליכם!

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:35 pm
דורך אפטעמיסט
ווארטלאז. שפראכלאז. א קאלטקייט פון מויל צו אויערן, ווער האט דעם כוכב געבוירן?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:40 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כוכב, האסט מיר געשפארט געלט, כגיי נישט קויפן דער איד, דער בלאט, דער זמן, וגו׳
מיין פרינטער שפייט יעצט אויס זעקס קאפיעס פאר פארצאטישע חברים אין פאר מיר
שקויח אין תזכו למצוות, כשרן פרייליכען פסח

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:41 pm
דורך אפטעמיסט
אויפ'ן קאמפיטער האב איך דאונלאדעד, אויפ'ן פאון קען איך נישט. אפשר וויבאלד ס'איז אזא גרויסע פייל?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:42 pm
דורך מה הוא
שטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:45 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מה הוא האט געשריבן:שטילע אפשר פריטסטו אויס פאר מיר אויך איינס?!
איך דארף דאך אויך האבן מיט וואס אהיים צוקומען לכ' יו"ט..

פאר די? אפי צוויי. סאיז שיין געסטעיפלט אין קארלירטע בלעטער. קום עס אויפפיקען

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
ארויסגפרינט.
איינער האט צו בארגן א סטעיפלער וואס האקט צאם 108 פעידזשעס?

Re: "קאווע שטיבל" פרעזענטירט: "פה-סח"

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
אומגלויבליך!!!!!!!!!!!!

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:53 pm
דורך שמעקעדיג
איך פרינט עס דופליקעיט (אויף 2 זייטן)
אבער אפילו 54 פעידזשעס קען מיין סטעיפלער נישט הענדלען.

כוכב עס איז נישט נאטורליך וואס דו האסט באוויזן. ברעכסט היסטאריע.
כ'האב מורא פון א חשש גילוי. פון וועלכע הויז מען וועט ארויסהערן כראפעצן ביי יחץ, איז עס מסתמא דו.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:56 pm
דורך אפטעמיסט
אדער פון וועלכע ביהמ"ד בית הכסא מ'וועט הערן בלעטער מישן וועט מען וויסן ס'איז מיר

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:58 pm
דורך מנחם
Wow wow wow!
אין מילים!

ומצדיקי הרבים ככוכבי"ם לעולם ועד!