בלאט 1 פון 2

געמבלינג אין קעטסקילס

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:39 am
דורך ידען
קיין אנדערע אידישע צייטונג איז נישט אזוי ביזי מיט די קאסינאס וואס מע וויל אויפשטעלן אין מאנטיסעלא אדער אנדערע פלעצער אין די קאנטרי געגענט.

די וואך שרייבט ער אבער אינטערעסאנטע זאך וואס איך ווייס נישט פון ווי ער נעמט עס. זיינע ווערטער:

עס איז גענוג ביטער דאס ביסל געמבלינג וואס מהאט יא איינגעשטעלט אין מאנטיסעלא, וואס עס האט שוין אפגעקאסטנזייער אסאך פארן ערליכן ציבור, אבער עס וואלט נאך געקענט פיל ערגער זיין...

איינער ווייסט וואס סע האט שוין אפגעקאסט פארן ציבור?

אפשר מיינט ער מיינע פאר דאלער וואס האט מיך אפגעקאסט דארטן? :אומגלויבליך: :געוואלד: :דמיונות: :דמיונות: :שלום: :ניגון: :לאךהויך: :געוואלדיג:

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:52 pm
דורך ידען
פארגעסן צו שרייבן וועלעכע צייטונג.

צייטונג סתם איז די צייטונג.

קרעדיט: גדעון

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:00 pm
דורך ניו יארק
זעסטע? איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז עס איז שוין דא עפעס אין מאנטיסעלא, מיר ווינדערט נאר פארוואס ער גיט זיי אזא בחינם אדווערטייזמענט?

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:42 pm
דורך kitov
Just wondering how many of you guys are Gamblers?

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 10:37 am
דורך אברעמעל
kitov האט געשריבן:Just wondering how many of you guys are Gamblers?

דזשאסט וואנדערינג וויפיל ווייסן בכלל וואס געמבלען מיינט..

נשלח: מאנטאג יוני 18, 2012 12:10 pm
דורך משה רוקח
נישט מיך.
איך בין איינמאל געוועהן אין א קאסינא (אין נייעגרע פאלס) און איך האב מיר ארומגעדרייט דארט ווי א צודרייטער, נישט געהאט קיין אנונג וואס צו טוהן!

קאסינאס אין ניו יארק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:35 am
דורך I'm back
לעצטע וואך, איין אווענט בשעת איך האב געגעסן נאכטמאל, האט די טעלעפאן זיך צוקלינגען. איך האב אויפגעהויבן דאס טרייבל, און יענער, אויף די אנדערע זייט פרעגט מיר: do you have afew minutes? I want to ask you a few questions regarding the upcoming elections.
זייענדיג א גוטע בטבע, און האבענדיג עטליכע פרייע מינוטן, האב איך גענטפערט יא. ער האט זיך גענומען פרעגן פאר בערך 20 מינוט, און איך האב אראפגעהאקט די טעלעפאן. אזויפיל צייט האב איך שוין נישט.
אבער איינער פון די שאלות וואס ער האט מיר פארגעליינט, איז געווען 'צו איך גיי שטימען אז קאסינאס זאלן ווער לעגאל אין ניו יארק, צו נישט. איך האב עם גענטפערט יא, פשוט ווייל איך האב געמאכט אזא חשבון:
די גוטע זייט דערפון איז, אז די שטאט וועט איינקאסירן אסאך געלט, און מילא וועלן די טעקסעס אראפגיין. יעצט וועלן געוויסע זאגן אז עס וועט קאליע מאכן פאר געוויסע מענטשן. נו, זאג איך, בלייבטס זומער אין שטאט. מען האלט און איין קאמפלעינן אז מען מוז פארן אין קאנטרי ווייל יעדער פארט, און עס קאסט אן געלט וואס מען האט נישט. שוין, יעצט האט מען א תירוץ צו בלייבן אינדערהיים.
מצד השני, מיינט עס אז אין די סיטי וועט אויך זיין קאסינאס. איז ווייס איך נישט וואס צו זאגן וועגן דעם.

איינער קען מיר העלפן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:10 am
דורך איך אויך
ביסט גוטהרציג און נאאיוו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:33 am
דורך I'm back
איך אויך האט געשריבן:ביסט גוטהרציג און נאאיוו.


Explain please

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:49 am
דורך וויליאמסבורגער
ישיבה ווארלד ניוס טענה'ט אז די אהרונים שטיצען די קאסינא'ס. וואס איז פשט?
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... iryas+Yoel)+Approves+Of+Gambling+In+Sullivan+County.html

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:51 am
דורך איך אויך
גוטהאטהארציג זאגסטו דאך אליינס ,נאאיוו ביסטו אז דו גלייבסט אז טעקסעס וועלו אויף סיי וועלכן אופן אמאל אראפגיין און ווייל דו גלייבסט אז די קאסינאס ווען גורם זיין דער עולם זאל נישט גיין אין גלות מרצון.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 6:31 pm
דורך פיש זאפט
אויב עס גייט אריבער די גזעץ
וועלן די עסקנים ארבעטן צו מאכעכן באזונדערע מענער שעות און באזונדערע פרויען שעות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:58 pm
דורך גאלד
וואסי די האזע פון אונז גלות אידן צו אריינרעדן אין די שוואוילטאג פון די גוים,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:22 pm
דורך מ גפני
שלום עליכם הרב פיש זאפט, זענט איר אפשר משפחה מיט אונזער בע'טעמ'טן "געפילטע פיש"? ענק קאכן זיך אינעם זעלבן טאפ חחח....

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:43 pm
דורך שמעקעדיג
מיר האבן אויך געהאט א ניק "ביינער פיש" - ער איז שוין לאנג פארשוואונדן פון האריזאנט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 7:39 am
דורך הדד בן בדד
דאס איז א שאלה וועלכע איז שוין אסאך ארום גערעדט געווארן, און איך וואלט געוואלט דאס אויסשמועסן דא אביסל.

אויבן אויף קוקט מיר אויס די צדדים אזוי:

אויב גייט דאס יא אדורך (און איך רעד יעצט פון די קעטסקילס), גייט די גאנצע קאנטרי געגענט ווערן אויפגעארבעט, די ריעל עסטעיט גייט ארויפגיין גאר הויך, ספעציעל אין די געגענט ארום די קאסינאס, דאס מיינט אז אלע אידן וועלכע האבן פראפערטי אין די געגענט קענען שטארק נתעשר ווערן, צו דורך פארקויפן דעם פראפערטי פאר דעוועלאפערס, צו דורך עס אליינס דעוועלאפן, צוליב דעם אנלויף פון מענטשן וועט זיין אסאך געלעגענהייטן פאר ביזנעס און פרנסה דארט אין די געגענט, אזוי אז אידן וועלן קענען גרינגער מופן אהין, עס וועט לכאורה אויך ברענגען בעסערע איפראסטרוקטור אין די געגענט, ווי למשל מער דאקטוירים, שפיטעלער, און אנדערע צוגעהערן וועלכע א געגענט מיט אסאך מענטשן דארף האבן.

דאס זענען אלעס מעלות.

די חסרונות ווידער זענען, אז עס ברענגט אן א נידריגע עלעמענט נאנט צו די היימישע קאנטריס, און עס ברענגט נישט נאר דעם עלעמענט, נאר דאס נידריגקייט אליינס, עס ברענגט דעם געמבלינג, מיט אלעס וואס דאס ברענגט מיט (ווי בתי ז... למשל) צו אונז אונטער די נאז.

אויב גייט עס נישט אדורך, דאן בלייבט אלעס אזוי ווי יעצט.

היוצא לי מכל זה, ווי איך זעה דעם ענין, די מעלות זענען פיל מער ווי די חסרונות. לאמיר זיך נישט נער'ן, אין ברוקלין פעלט נישט קיין שמוציגע פלעצער, און אויב יא, איז מאנהעטן א קאצן שפרונג אוועק, און דארט איז שוין דא אלעס וואס מען קען זיך נאר נישט פארשטעלן, איז עס דאך ממילא אינטער די נאז, און אפילו אין די קאנטרי ווי עס איז אסאך ריינער, איז עס אבער אויך נישט אינגאנצן ריין, און עס איז היינטיגע צייטן - נאך אן קאסינאס - דא גענוג ווי צו זינדיגן דארט.

פון די אנדערע זייט אבער, די עיקר געטועכץ וועט זיין אין די מאנטיסעלא געגענט, דארט ווי די קאסינאס וועלן זיין, און די קאנטריס וואס זענען דארט, אויב פילן זיי אז עס איז צו נאנט, און עס האט א שלעכטע השפעה אויף זייער מקום, וועלן זיי דאס דאך קענען פארקויפן פאר גרויס געלט, אדער דעוועלאפן פאר נאך גרעסערע געלט, און מיט די געלט קויפן א שענערן און בעסערן פלאץ אביסל ווייטער, דארט ווי די השפעה פון די קאסינאס וועט נישט דערגרייכן.

אבער פאר די אנדערע אידן, סיי די וועלכע וואוינען דארט א גאנץ יאר, און סיי די וועלכע האבן נאר א חלום פון מופן דארט, וועט דאס זיין א גרויסע ישועה, עס וועט זיי פיל גרינגער מאכן דאס לעבן דארט, עס וועט אהין ברענגען אסאך ארבעט און ביזנעס, און זיי וועלן דאס קענען איינקעשן.

עד כאן הנראה לעניית דעתי. אויב אבער איינער וועט קענען קומען און מיר מסביר זיין פארוואס דאס איז דוקא גאר א געפערליכע זאך, בין איך גרייט משנה צו זיין מיין ארימען דעת, אבער דערווייל בלייבט עס ביי דעם.

(נ.ב. פון נידערן טעקסעס קענסטו פארגעסן, וכבר אמר מי שאמר: שערי תירוצים לא ננעלו...)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.


איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!

אנשטאט איבערצושרייבן די גאנצע שקלא וטריא, וויל איך נוצן דעם טרויעריג-בארימטן ק/פ מיטל, און לייענט עס אליינס:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 1:40 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אינטערעסאנט איז אז סיי דו טיימס און דו דעילי ניוס זענען קעגן קאסינאס. און דער ניוס שרייבט אז פראפערטי ווערט וועט פאלן זיי ברענגען ראיות פון אנדערע געגענט ווי סדא קאסינאס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:50 pm
דורך ידען
וויזוי קען מען מאכען קלענער די קאפי פון די בלאט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 2:57 pm
דורך איך אויך
בעלזער רב שליט"א האט שון יארן צוריק גערעדט פון דעם ,ובלשונו 'די משפחות פארען ארויס פון שטאדט און דער יצר הרע פארט אריין אין שטאט'. עס איז שוין העכסט צייט מען זאל איינפירן די סיסטעם ווי אין א"י און יוראפ אז די גאנצע משפחה פארט צוזאמען אויף חופש/וואקאנס פאר א וואך צוויי.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:54 pm
דורך נאר,,פרייליך
שמעקעדיג האט געשריבן:
כתר מלכות האט געשריבן:די אהרונים האבען גענומען די זאך צו א שטאפל ווייטער, נעמליך אינדארסירט די קאסינאס אין די קעטסקיל. ליינט די גאסט עדיטאריעל אינעם בלאט דיע וואך. אומגלויבליך.


איך גיי דא געבן קרעדיט פאר "דער בלאט" פאר זייער גאטס. אינעם גאסט עדיטאריעל האבן זיי די דרייסטקייט ארויסצוברענגען א אנדערע זייט פונעם מטבע - נישט מער און נישט וויניגער - אז די קאסינא'ס קענען גאר זיין א הילף, פטור צו ווערן פון די גזירת הקאנטרי'ס!

אנשטאט איבערצושרייבן די גאנצע שקלא וטריא, וויל איך נוצן דעם טרויעריג-בארימטן ק/פ מיטל, און לייענט עס אליינס:



[center]ווי טרויעט זיך אן עדיטאריעל שרייבער פון א צייטונג צו זיין א הוגה דעות בפרט צו מכריע זיין נגד די דעת פון פילע גדו''י וואס האבען מחייב געווען צו מצביע זיין כנגד די געמבלינג????[/center]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:09 pm
דורך שמעקעדיג
אז עס טוט וויי שרייעט מען. די גדולי ישראל ואס קימערן זיך נישט מיט די פראבלעמען און דחקות פון כלל ישראל, זיי זענען נאר ביזי מיט חפירות אויף יענעם עק וועלט, זייער דעת איז קיינעם נישט מחייב. אידן בלוטיגן אוועק פון דלות ועניות ואביונות און די "גדולי ישראל" קענען סך הכל נאר מחייב זיין צום יערליכן מלוה מלכה נאך א טויזענט דאלער.

איך זעה גראדע אז דו טרויעסט זיך צו דרייען אויפן טמאנ'עם אינטערנעט, נגד די דעת פון די זעלביגע גדולי ישראל. קשוט עצמך.

(נאר פרייליך! שטענדיג מיט א שמייכל...)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:27 pm
דורך נאר,,פרייליך
גראדע די רבנים וואס זענען פארנימען מיט חפירות
דייקא פון זייערע רייען זעהט זיך אהן שטארקע אקטיוויטעטן צו בויען פרישע געגנטער להחיות הנדחקים ונרדפים פון די געשוואלענע דירות פרייזען

שמעקעדיג אביסעל מער דרך ארץ פאר רבנים בפרט אדם כמוך וואס ברויך זיין א וועג ווייזער פאר אנדערע אידען

...............
גראדע האב'ך א ווייט ליסט פון בלויז באגרעניצטע סייט'ס, איך ברויך א ברכה פאר'ן חושד זיין אויפען ארגסטען