בלאט 1 פון 1

וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:51 pm
דורך יין שרף
[justify]אריינשפאצירענדיג אין מיין זוהן׳ס בעד-רום ווי א ברייטע פריץ, נאכוואס איך האב בלית ברירה טועם געווען די ביטערע עבדות מצרים צו טוהן די פרויען ארבייט פון וועקיומען די ספרים שאפע, ווען האלב די צייט איז די מאשין אן פשוט אז מיין ווייב זאל עס הערן... אלע מיינע מידע ביינער הרג׳ענען מיר פון די שווערע הארוואניע, ווען איך קום אריין מיט מיין באקאנטע שטרענגע געשריי ״העי! דו! וואס טוסטו?״ ווען ער ליגט אויסגעפראקט אויפן באקעוועמען געלעגער שרייבענדיג א צעטל. ״דאס איז וואס דו טוסט ווען מכלומרשט מאכטסטו פסח׳דיג דיינע זאכן??״
אמממ... א גאנץ יאר זאגטו מיר אויף אלע מיינע קשיות ״לאז עס פארן סדר נאכט״ ממילא שרייב איך מיר יעצט אראפ אלע מיינע קשיות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט א גאנץ יאר!
א שאק און שוידער האט מיר פלוצים ארומגענומען זעהענדיג די ליסטע וואס איז נאך לענגער פון מיין ווייב׳ס שאפינג ליסט, פונקט הערנדיג יענעם טאג אין די קאר א שיעור פון רב שלזינגר ווי ער זאגט אז פסח אויף דער נאכט קען א קינד פרעגן אלע זיינע קשיות. און די טאטע קען נישט ענפערן ״איך ווייס נישט״ ווייל דאן איז די ענין אז די קינדער זאלן פרעגן וכד׳. איך האב זיך טאקע געוואונדערט די פייערל וואס האט זיך געצינדן אינעם זוהן׳ס אויגן.
פרובירענדיג צו כאפן א בליק, וויסענדיג מיין זוהן איז גארנישט אזא שוטה. האט ער שנעל צוגעדעקט די ליסטע זאגענדיג אז עס איז א ״סורפרייז״, דאך האב איך עספיעט צו זעהן עפעס בערך ״ווער האט ערפינדן ״רעדער״? און וואס האט מען געטוהן ביז דאן, וויאזוי האט מען געשלעפט שווערע זאכן...

רבש״ע! ראטעוועט! וואס טוט מען???
[/justify]

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאקע צרות, וויקיפידיע ארבייט נאר אינדערוואכן.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:06 pm
דורך לית דין בר נש
שרייב אים איין אין קאווע שטיבל געב אים א ניק חכם/תם/שאינו יודע לשאול און זאל ער פרעגן אין די אשכול זאכן וואס כ'וויל וויסן
און עס איז א חזקה ער וועט נישט ארויסגיין אהן קיין תשובה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:42 am
דורך [NAMELESS]
מרכבות פרעה ...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:23 am
דורך קאצקע ציקער
איך האב מיך שוין דערשראקן אז דיין קינד האט די "ריכטיגע" שאלות:)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 1:49 am
דורך געוואלדיג
וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:17 am
דורך געוואלדיג
רויטע וואנצעס האט געשריבן:טאקע צרות, וויקיפידיע ארבייט נאר אינדערוואכן.

יא, ת"ח אימת שבת עליו

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 3:31 am
דורך [NAMELESS]
ר' יין שרף, ס'איז טאקע אן ערנסטער פראבלעם.

כ'מיין אז ס'איז טאקע צרות ווי א בארג, און 'אם לא עכשיו אימתי', פאר אזעלכע מצבים איז באשאפן געווארן דיין חתימה.
נוץ עס געזונטערהייט...

Re: וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 9:33 am
דורך [NAMELESS]
קודם כל, פארוואס זאגסטו אים אייביג צו לאזן זיין קשיא אויף די סדר?

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 10:06 am
דורך יין שרף
ווייל דאס האט מיין טאטע אלס געטוהן. מנהג אבותינו בידינו, אפילו אונז פארשטייען נישט פרעגט מען נישט קיין שאילות!

סיריעסלי. איינער מיט א עצה, הענט און פוס טרייסלען שוין..

Re: וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 11:00 am
דורך הויזן טראגער
מדארף כאפן חצות נישטא צייט פאר צופיל שאלות ותשובות, אין דערנאך וועסטו אים הייסן ווארטן פאר נעקסטע יאר פסח

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 12:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
זאג אים די מנהג איז צו באהאלטן די שאלה צעטל אונטער די מצה טאש. נאכמיטאג ווען ער שלאפט נעם די צעטל צום קאמפיוטער און קוק דיך פאר.

נשלח: פרייטאג אפריל 03, 2015 3:14 pm
דורך קאצקע ציקער
זאג עים אז סדר נאכט איז נאר געמאכט צו פרעגן שאלות נישט צו באקימען תירוצים

וואס ענפער איך פאר מיין זוהן???

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 3:49 am
דורך BAL TSHIVA
Update please

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 5:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס טוט דיין רב ווען ער ווייסט נישט דער תשובה צו א שאלה? וויאזוי קעקעצט ער זיך אויס דערפון? לערן זיך אפ פון די רבנים, וואס אלע זייער הנהגות זענען געוואויגען און געמאסטען.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 8:52 am
דורך ברוך שאמר
נאאא סא האי וואז איט?'

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:06 am
דורך יין שרף
[justify]געלויבט איז די קאמפראמיס!

ביים ערשטן סדר דארף מען דאך כאפן כאטש די כזיתים פאר חצות ממילא איז דאך נישטא קיין צייט...
ביים צווייטן נאכט האב איך אים געזאגט נאך פאר ער האט אפילו געמענטשענט עפעס דערפון, אז ער קען מיר יעצט פרעגן 2-3 שאילות, איך וועל עס דורך טראכטן, און ענפערן היינט אדער מארגן. און דערנאך יעדן טאג ביי סאפפע״ר קען ער מיר פארשרייבן א לענגערע שאילה וואס מען וועט דורך טוהן בכובד ראש די גאנצע עולם אינאיינעם.[/justify]

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 11:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און וואס פארא שאלות זענען זיו געווען? טאקע אזוי שווער?

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 11:58 am
דורך פליקער
יין שרף, איך פארשטיי נישט דיין פחד, דער בעל האגדה האט דאך אינז געגעיבן קלארע אנווייזינגען וואס צי טיען
ווען דער חכם פרעיגט מה העבודה הזאת לכם, דער טאטע איז און א קלעם, נעם דיך ענטפערן ואמרתם זבח פסח לשם אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן, שיין פארענטפערט,
דער רשע פרעיגט דער טאטע איז פארקלעמט ווייסט נישט וואס צי טיען, זאג אים נאך איין ווארט האק איך דיר אויס די ציין לקיים מה שנאמר ואף אתה הקאה את שניו, כפר בעיקר, דעי אלע הערליכע תירוצים וועט זיכער זיין ווי באלזאם פארן קינד, ער וועט קלאר באקומען די אמונה פשוטה.

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 1:33 pm
דורך קאסטנער
יין שרף האט געשריבן:[justify]געלויבט איז די קאמפראמיס!

ביים ערשטן סדר דארף מען דאך כאפן כאטש די כזיתים פאר חצות ממילא איז דאך נישטא קיין צייט...
ביים צווייטן נאכט האב איך אים געזאגט נאך פאר ער האט אפילו געמענטשענט עפעס דערפון, אז ער קען מיר יעצט פרעגן 2-3 שאילות, איך וועל עס דורך טראכטן, און ענפערן היינט אדער מארגן. און דערנאך יעדן טאג ביי סאפפע״ר קען ער מיר פארשרייבן א לענגערע שאילה וואס מען וועט דורך טוהן בכובד ראש די גאנצע עולם אינאיינעם.[/justify]


האסטויך פיין ארויס געדרייט אבער די נער בלייבט דיין..

נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 8:59 pm
דורך shem-tov
איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם. די הגדה געט דאך אונז די בעסטע תירוץ אין צוויי ווערטער "עבדים היינו" אויף יעדע זאך קענסטו עס ניצן אדרבה פרוביר